| נשלח ב-17/10/2004 18:51 |
|
| |
הרב הגאון ר'אר' לייב שטיינמאן שליט''א קו
צהלו ורוני יושבת ארצה''ב כי גדול בכרבך קדוש בישראל
מיט גרויס פרייד גרייטען זיך די פילע טויזענטער אנ''ש בארצה''ב וקנאדא, צו ענטפאנגען דעם גדול ישראל כ''ק מרן הגאון הצדיק הרב ר' אריה לייב שטיינמאן שליט''א. די רב שליט''א וועט אי''ה אנקומען די וואך מיטוואך פרשת לך לך קיין אמריקא לשמחת לב יהדות החרית באמריקא, דא וועט מען בארכיטען אלע נייעסער בנוגע די גרויסע באזוך. ברוך הבא בשם השם.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 18:54 |
|
| |
די רב שליט"א
תיקון טעות
די ראש ישיבה שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 18:56 |
|
| |
די רב שליט''א וועט מיטוואך גליייך ביים אנקומען פארען צו לעיקוואד ווי ער וועט אויפטרעטן מיט דרשת און געבן חיזוק פארן תורה שטאט , פרייטאג וועט די רב פארען צו מאנסי און פראוונען דארט שבת, פרשת וירא וועט די רב באזוכן אין קהלות אין קווינס,בולדומיר,פאססעיק,וואשינגטאון היייטס,פילדאלפיע,סאוט פאולסבורג,און נאך, שבת וועט די רבי ווייטער פראווען אין מאנסי, אין פרשת חיי שרה נאכ'ן קבלת פנים אין ב.פ. וועט די רבי פליען קיין טשיקוגוי און טראנטא. און נאכדעם וועט די רב צרוק אהיים פארען נאכן לאנגען אבער אינהאלטסרייכען באזוך *פתחו לי שערי צדק-זה השער לה' צדיקים יבאו בו*
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 19:14 |
|
| |
איפוא יהיה קבלת הפנים בבורו פארק?
האם הפעם הוא בא לבד?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 19:21 |
|
| |
איז דאס די זעלבע רב וואס האט מתיר געווען די "נחל החרדי" וועלכע האט שוין מחריב געווען טויזענטע נפשות????
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 19:39 |
|
| |
צבי
איך האב געוויסט אז איר חבדסקער גייט אינגאנצען אין מיליטער, וואס האסטו קעגען נח"ל חרדי?
איך בין דיך ח"ו נישט חושד אז עס האט שייכות מיט דעם וואס ער איז א ליטוואק.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 20:24 |
|
| |
עס וועט אי''ה פארקומען א גרויסע קבלת פנים פאר הגאון הצדיק הרב ר' אריה לייב שטיינמאן של פארעןיט''א זונאטג נאכמיטאג פר' תולדות אינעם גרויסען שאטער אין די 18עוו. פארק צווישען 57 און 55 סטריט און ב.פ. הכונו. הכונו.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 20:36 |
|
| |
shia
first of all there are some "Chabadsker" that do military service but most don't. I forgot to add a sarcastic finger to my quote. I'm just waiting for all the kanoyim of the forum to come and be moicheh. Harav Steinman is not like the others fyi, he's b'emes an eideler yid which today by the Litvakes is a rarity besides for his Gadlus B'Torah, so there.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2004 20:39 |
|
| |
natrul,
כנראה שאתה מהוועד המסדר: האם כל הת"תים יקבלו פניו כמו שעשו לחברי הבד"ץ עדה החרדית בתשמ"ח?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2004 16:32 |
|
| |
מיט גרויס פרייד האבען די טויזענטער אידן תושבי לעיקוואד מקבל פנים געווען דעס גאון וצדיק הרב אר' לייב שטיינמאן שליט''א, די קאמפיוטער איז ארים צו שילדערן די מוראדיגע חדות און התלהבות קודש וואס האט ארום גענומען די טויזענטר אידן מיטן אויפנעמן איינער פון די גרעסטע גדול הדור בתוכנו, דארנשטאג האט האט די רבי אויפגעטרעטן מיט דרשת חיזוק אין די לעיקוואדער ישבה וואס איז געווען פיל מיט די פילע טויזענטער אידן, דערנאך איז די רבי געפארען צו א כינוס פון אלע ת''ת'ס פון לעיקוואד,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2004 18:57 |
|
| |
מיט גרויס פרייד גרייטען זיך תושבי מאנסי אויפצונעמן היינט די רבי שליטא די רבי וועט וויילען אין מאנסי שבת, מוצש קומט פאר די ריזיגע קבלת פנים פאר רבנו שליט''א אין די גיגאנטישען זאל פון אטריום פאלאזא *כלונו למעמד כבוד שמים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2004 19:02 |
|
| |
קיין גרויסע ליטוואק ביסטו נישט.
רבי, רב? ער איז ראש ישיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2004 21:12 |
|
| |
מיט גרויס שאק האבען אידן אנ''ש אויפגענומען די מעלדוינג אז די באקאנטע שונאי ישראל, אנטי-חרדים, משומדים, אנגעפירט דורך די באקנטע קליפע השטן- משה בער בעק מיט זיינע משוגענע נאכפאלגערס אז זיי פלאנען צו פוארשוועכן כבור שמים, כבוד התורה, מיט ארויסקומען צו פראטעסטען אקעגן דעם גדול בישראל הרב שטיינמאן שליטרא אין פארנט פונעם זאל אטריום פלאזא-מאנסי מוצ''ש ווי דארט וועט פארקומען די גרויסע קבלת פנים, רבויתי לאמיר זיך נישט לאזען פון טערער געשטיצטע משמודים, לאמיר גיין אין ווייסען אז מיר זענען מחשיב דעם גדול בישראל בדורנו און מיר גייען אפגעבן די ריכטיגע כבוד,
******כלונו נצא לקבל פני גדול הדור******בסאעס יסעו: מבארא פארק בשעה 9:00 מווילאמסבורג בשעה 9:15 על הדרך של מאנסי טרעילס,
וחזור בשעה 11:15 כלונו נבונים כלונו נכונים בהמעמד הגדול והנורא
תוקן על ידי - natrul - 22/10/2004 21:14:45
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2004 21:48 |
|
| |
יעצט הערן מיר אז די נארמאלע קנאים - אויב עס איז דא אזא באגריף - גייען אויך מוחה זיין קעגן הרב שטיינמאן
אין אנדערע ווערטער נישט 15 משוגעים, נאר א מעגליכקייט פון עטליכע הונדערט אידן
מיר וועלן ווארטן און זעהן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2004 23:29 |
|
| |
ביי די וועי, פארוואס האט אויסגעפעלט מודיע צו זיין אז עס קומט פאר א מחאה ערשט אפאר שעה פארן זמן מיט א גרויסען הויך הילכער קאר, מנהג ווילי? און צו נוטרל: ווי אזוי פארטיידיגסטו רב שטיינמן? געב אנצוהערן עפעס סיבות ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2004 02:39 |
|
| |
די רבנים רופן אויך צו משתתף זיין אין דעם פראטעסט
הגאון הצדיק ממאנטיווידעא שליט"א
הגאון הצדיק ר' אליעזר חיים בלום שליט"א
אונזענע גולשים פון מאנסי זאלן ביטע ברענגן באריכטן
|
|
|
|
|