|
|
| נשלח ב-1/11/2004 00:29 |
|
| |
עס קומט צו ברעכען פון די עקלדיגע פאקשווילען אויף די בארא פארקער גאסען קעגען א ראש ישיבה.
שווער צו גלייבען אז דאס זענען סאטמארער בחורים, דאס דארף זיין די וואס זענען מתפלל לרפואת אראפאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 01:17 |
|
| |
אין בחדרי חרדים שרייבט פנטון אז אין די סאטמארער בתי מדרשים האט מען אויסגערופען אז מען זאל נישט גיין צו די הפגנה.
אלטץ א מתפלל אין א סאטמארער בית המדרש ווייס איך נישט דערפון, האט מען אין אנדערע סאטמארער בתי מדרשים יא אויסגערופען אזא הכרזה.?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 02:29 |
|
| |
דער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט איז היינט געווען אינגאנצן באקלעבט מיט צעטלעך צו גיין צום פראטעסט, מען האט ממש נישט געקענט ארויסזען די ווענט, אזויפיל צעטלעך האבן געהאנגן.
ריזיגע פלאקאטן מיט דירעקשאנס, אנווייזונגען און דער סדר היום וכו', אויכעט ריזיגע פלאקאטן מיט "דעת תורה" (?...) אונטערגעשריבן פון לייטנער וכו', און אויך פון ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, אויך זענען געווען באהאנגען מיט קלענערע צעטלעך אויסצוגן פון "דברות קודש" פון הערשל מיללער, און פון יחזקאל גאלד, וואס ביידע האבן "אויפגעקלערט" די מצוה פון גיין מוחה זיין.
סאו, ווי עס קוקט אויס האט זיך די זאלי קאמפאני צוגעשטעלט צו לייטנער וכת דילי', ווייל אויב נישט וואלטן זיי נישט געלאזט אזוי באקלעבן דעם ביהמ"ד.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 02:31 |
|
| |
בילדער פון די הפגנה ביטע
בילדער פון די צעטלעך, פליז
ישר כח
טענק יו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 02:57 |
|
| |
עס איז די ערשטע מאהל אין היסטוריע ווי רבנים רופען א פרוטעסט אנטקייגן אנאנדערן רב בישראל פאר סיי וואס פארא א סיבה
קען מען זיך דען פארשטעלן אז דער סאטמאר רב וואלט ווען גערופן א פראטעסט אנטקעגן ר' משה פיינשטיין איבער זיין היתר פון הזרעה מלאכתית??
ועוד כהנה וכהנה
דער פראטעס איז איינע פון די ערגסטע פרשה'ס פון חילול השם שאין כדוגמתה!
איך האב געזעהן א מכתב פון דעם הייליגען בעל דברי חיים אז א מחלוקות בגלוי צווישען יראים איז נאר מחזק די ריפורמער...
איהר קענט אייך פארשטעלן דאס נעקסטע מאהל התאחדות הייסט מאכן א פראטעסט אין דער פארשטייער פון מדינת ישראל דארף נאר זאגן אז: זיי פראטעסטן דאך אפילו קעגען זייערע אייגענע רבנים ... (פאר זיי זענען אלע חרידים איינס) דאס זעלבע וועלען האבען חוזק צו מאכען אלע רפורמער אין קאנסערוואטיווער ...ועוד מה יאמרו הבעלי תשובות ולהבדיל הגוים, השם ירחם ... החילול השם נורא ואיום!!
לדעתי איז דאס נישט מער ווייל ר' זלמן לייב וויל ווייזן אז ער דער אחרון שומר הגחלת שלא תכבה.. און זיין ברודער איז ליידער פארכאפט...
פארוואס איך האב נישט געכאפט א בילד פון ר' זלמן לייב ווען איך האב איהם געזעהן גיבען די האנט פאר 'אפי איתם' ביי א גרויסע רבי'שע חתונה אין תל אביב איז טאקע א שאד דאס איז נאך געוועהן פאר ער האט זיך אונטער געווארפן תחת חסותו פון הרב חנינא שליט"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 03:20 |
|
| |
איך קען נישט גלייבן אז ר' זלמן לייב שטיצט דאס, ס'האט נישט קיין שום פירוש, קיין שום תועלת, סיז נאך נישט געווען אזא זאך אין די היסטאריע פון די מלחמה קעגן ציונית, אז מ'זאל פראטעסטירן קעגן א רב אדער א ראש הישיבה, איך גלייב נאך נישט אז ר' זלמן לייב אדער זיינע יועצים זענען אזוי צודרייט אין זיך לאזן פארפירן מיט אזעלעכע פאריקטע אקציעס.
קען זיין אז זייט די סאטמארע מחלוקה, איז געווארן א שטארקע קאמפעטישן צווישן די זאליס אין אהרונים ווער סיז דער גרעסערער קנאי, אין סאטמאר איז היינט שוין אזא מצב אז צו זיין א ציוני ברויך מען "מסירות נפש".
מעגליך אז דאס האט זיי אזוי צודרייט געמאכט, זיי זענען אזוי פאר'שיכור'ט צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען די אויסשליסליכע לוחמים קעגן די ציונים, אז זיי ווייסן פשוט נישט ווי איין און ווי אויס, זיי שפירן שוין אז זיי האבן א קאפי-רייט אויף דעם, אויב א צווייטער איז מוחה קעגן ציונית, האט מען זיי בא'גנב'עט.
איך זאג ענק איין זאך די וועלט לאכט פון ביידע צדדים יעדער ווייסט אז קיין איין צד מיינט נישט קיין קנאות, זיי מיינען נאר "כבוד", "געלט", "פיצא" און "פרענטש פרייס" (צ'יפס בעברי"ת)...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 03:29 |
|
| |
זייט דער מלחמת העירוב אין וויליאמסבורג איז נפרץ געווארען פראטעסטען קעגען פרומע אידען נוסח על שארפטאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 04:02 |
|
| |
ר' זלמן לייב האט נישט אונטער געשריבן אויף דעם צעטל טראץ דעם טעראר פון לייטענערס קאמפאני
דער דיין האט אונטער געשריבן נאכדעם וואס מען האט איהם געזאגט אז ר' זלמן לייב האט אונטערגעשריבען
און אז דער רב הייסט דעם דיין אונטערשרייבן
ר טודרס און ר' מנשה טילאפף זענען היינט געווען ביים וויזניצער רעבין פון מאנסי מיט טענות היתכן ער איז געגאנגען באזוכן הרב שטיינמאן
האט ער געענטפערט אז ער האט זיך אנגענומען אויף כבוד התורה ווייל מען האט געשריבן ימ"ש
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 06:22 |
|
| |
איך האלט אז די פאשקווילען האבען געברענגט אהין אזא ריזיגער עולם.
איך זע נישט קיין אנדערער סיבה פארוואס אזאלעכע מאסען זאלען זיך צוזאמענקומען.
הרב שטיינמאן איז דען אזוי באקאנט אין אמעריקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 18:08 |
|
| |
מענדל
ס'זענען געקומען באסעס פון אלע ישיבישער געגענטער, מ'האט געמאכט א גרויסער טומל דערפון. אויך זענען געקומען הונדערטער פרויען און מיידלעך, בחורים פון אלע ליטווישער ישיבות וכו',
אידן אין אמעריקא זענען גוט באקאנט מיט אים, מ'ליינט די יתד, המודיע,משפחה וכדו'
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 19:07 |
|
| |
איך האב אונגעקונגען נעכטן ר' זלמן לייב פיליפ אין איהם געפרעגט צו ער האט טאקע געחתמעט, ער האט מיר געזאגט אז יא.
ווען איך האב איהם געפרעגט היתכן ער איז נישט אליין געקומען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געשיקט זיינע קינדער, איך האב איהם געזאגט אז ער האט א חלק אין דעם שרעקליכער חילול ה', אין סילוף וחילול כבוד רבינו הקדוש זי"ע, אין לכובד איהם זענען הונדערטער סאטמארער אידען געגאנגען אויף די אנדערע זייט צו ווייזען אז נישט גאנץ סאטמאר איז פארכאפט אילן די טריפאנע נטורי קרתא קליפה,
ער האט אראפ געלייגט פאר איך האב איהם געקענט זאגען אז עס איז שוין געקומען צו צייט הערשל קלאר זאל חתמענען אליין במקום צו צווינגען די רבנים וואס צו טון.
או לאותו בושה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 21:44 |
|
| |
צבי
אוודאי ווייסט יעדער ווער הרב שטיינמאן איז, אבער קענסט נישט לייקענען דעם פאקט אז א ריזיגער ציבור זענען געווען חסידים וואס האלטען זיך נישט אזוי נאנט מיט ליטווישע גדולים, אין יעצט זענען זיי יא געקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 22:06 |
|
| |
מענדל
לדעתי זענען רוב חסידים געווען סתם נייגעריג
און דאס ווייזט נאר ווי די חסידים האבען נישט קיין "גדולים" זיי זענען אינגאנצען אויסגעשפילט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2004 22:33 |
|
| |
די ספר אילת השחר איז און קווינס ישיבה א דבר שלם, און צופרי לערנט מען זיין ספר און ביינאכט שרייעט מען קוק-הערצל-שטיינמאן
משא"כ און מאנרא ווייסט מען אפילו נישט וויאזוי דאס זעהט אויס
אזעלכע פארדרייטע מוחות, לערנען לערנט מען ליטוויש און די זעלבע טאג פארט מען שרייען פוי
לאכן איז שוין ווייניג
|
|
|
|
|