בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וועלט פארזארגערס, מוקדש לJEWBOY

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2004 16:25 לינק ישיר 
וועלט פארזארגערס, מוקדש לJEWBOY

בס"ד
עס איז מיר אויסגעקומען צו פארען מיט א באס אביסעל א לענגערע וועג פון עטליכע שעה, און עס האט געהייסען אז דער באס פארט ארויס גאנץ פונקטלעך האב איך באשלאסען סוף דאווענען אז רבינו תם'ס תפילין וועל איך אנטוהן אויפן באס.

צום סוף האט זיך אביסעל פארשלעפט די צייט און די באס איז ארויס געפארען היבש שפעטער. ענדלעך ווען די באס איז שוין געפארען אויפ'ן הייוועי האב איך אנגעטוהן מיין תפילין דרבינו תם (אן מיין טלית) און איך האב צוגעענדיגט תפילות ופיוטים וכו'.

איך ענדיג צוזאם לייגען מיין תפילין מסודר קומט צו צי מיר א איד מסתם נישט מער פון געציילטע יאר עלטער פון מיר און נעמט זיך מיר באוואשען,
- דאווענען אן א טלית?
- בכלל ס'איז שוין נאך זמן תפילה!
- ווי קומט צו א חסידישער יוד זאל אין אפאר מינוט אפענדיגען די גאנצע דאווענען?! אפילו מיט א קאמפיוטער קען מען נישט דאווענען אזוי שנעל (עס איז געווען דארט איינער מיט א געשטריקטע קאפעל און ער ווייזט מיר אן אויף יענעם אז יענער דאווענט שוין לענגער ווי מיר).
- בכלל ווי האסטו געזען א היתר צו דאווענען זיצעדיג.

איך בין זיך געזיצען און אויסגעהערט רואיג אלע טענות, און ווען ער איז געווארען שטיל האב איך אים געזאגט מיט די גרעסטע דרך ארץ: דא איז א דעמאקראטישע לאנד, כל זמן איך בין נישט מסכן אדער מזיק אנדערע מעג איך טוהן וואס איך וויל.

יענער איז זיך אוועק געגאנגען און איך האב געמיינט אז די מעשה איז אריבער.

גייט דארעך בערך א האלבע שעה קומט יענער צוריק מיט נאך איינעם און יענער האט אויסגעזען בערך אזוי אלט ווי אים אבער מיט א ברייט באוואקסענע בארד יורד על פי מידותיו.
דאס מאל האט יענער אנגעהויבען צו דרש'נן, די אלע אויבנדערמאנטע טענות + אז עס איז א חילול ה', און אזוי ווי איך האב געהאט גענוג צייט האב איך זיך וויסנדיג געמאכט און געענפערט דאס זעלבע וואס איך האב געענפערט פארן ערשטע.
יענער האט אנגעהויבען מיר צו באזידלען.
- דו אפיקורס.
- ביי יהדות איז נישטא אזא מושג פון דעמאקראטיע. עס שטייט הוכח תוכיח את אמיתך.

פרעג איך אים וואס מיינט אן אפיקורס?
ווען ער האט מיר אנגעהויבען צו ענפערען נארישע תירוצים האב איך אים געזאגט, אז אין מהרש"א שטייט אז אפיקורס מיינט איינער וואס איז מבזה תלמידי חכמים און גלייבט נישט אין חז"ל.

און איך האב אים ווייטער געפרעגט: אוודאי ווילסטו יעצט מקיים זיין די מצוה עשה פון הוכח תוכיח, האסטו אדארעך געלערנט אלע הלכות פון הוכח תוכיח את אמיתך? איך גלייב אז פאר ער דו טוהסט אן אנדערע מצות עשה לערנסטו אדארעך אלע הלכות כדי אז דו זאלסט עס מקיים זיין ריכטיג, אפשר ביזטו גאר עובר אויפן לאו פון ולא תשא עליו חטא?!.
און בכלל אויב דו ביסט מוכיח וואס דאס איז אן ענין פון בין אדם לחבירו ביזטו א וודאי אויסגעארבעט אין דעם ענין פון בין אדם לחבירו, אויב אזוי ווי האסטו געקענט מקבל זיין לשון הרע פאר דו האסט בודק געווען אלע צדדים?

עס איז מיר געווען א חידוש אז ער האט מיר אויסגעהערט דער גאנצע צייט, געווענליך אזעלכע מענטשען זענען נישט גרייט צו הערען מוסר.

צום סוף זאג איך אים, יישר כח פאר'ן מיר מזכה זיין מיט די מצוה פון הוכח תוכיח... און איך האב בלויז געלייגט רבינו תם'ס תפילין...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2004 16:53 לינק ישיר 

נו, היתכן, ווי קומסט דאס טאקע צו דיר צו דאווענען ביחידות אן א טלית אויף א באס אזוי שנעל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2004 17:42 לינק ישיר 


כורמיזא

יעצט צום עניין:
פארוואס די מיני מענטשן קומען שוין נישט היינטיגע צו מיר? איך האב זייער ליב ווען די מיני מענטשן זארגן זיך פאר א צווייטן, אדער ענטפערט מען רואיג שטיל געלאסן אז זיי זאלן פלאצן עד הסוף, אדער הייבט מען אן א וויכוח (דעבאטע בלע"ז) אז ס'גייט א רויעך...

עכ"פ נעקסטיים די טרעפסט אן אזא איינעם שיק עם צו מיר איך וועל מאכן סאלאט פון עם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2004 18:16 לינק ישיר 

אין אמעריקע [א לאנד פון מיינד יור און ביזנעס} איז דא אביסל ווייניגער פון די חברה ווי אין ארץ ישראל אדער אייראפע, אבער וויפיל עס איז דא איז צו סאך.

אגב פרוביר אמאל צו זאגען מוסר פאר איינער פון די וועלט פארזארגער'ס, קום צוריק זאגען וואס איז געשען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2004 18:52 לינק ישיר 

כורמיזא, אתה עשר

אגב, און ברסלב אין ירושלים איז גוועהן א באקאנטער טיפישער יודעלע, א עני ואביון מגוזלו, מיטן נאמען דוד ראמענישער, אנדערע האבען אים גרופען דוד ברסלבר, פיו נטף מור ואהלות, אזש ס'איז גוועהן א תענוג צושטיין אין זיינע ד' אמות...

איינמאל אין די שטיבלעך ביים דאווענען, איז ער פארבליבען זיצען ביי ויברך דוד, קומט צו עם צו א יוד נאכען דאווענען מלא טענות, פארוואס ער שטייט נישט ביי ויברך דוד ?

דוד קוקט אים אזוי אהן, און פרעגט אים אזוי הויך אז די גאנצע שול זאל הערען: זאג נאר, צו איך האב וואס צו עסען אויף פרישטיג, ווילסטו גארנישט וויסען ? נאר פארוואס איך בין גזיצען ביי ויברך דוד ?

פארשטייט זיך אז יענער האט אפגטראגן כל עוד נשמתו בו...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2004 21:09 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אינגערמאן, ווייסטו דען נישט אז ווען מ'איז אינטערוועגענס האט מען א דין פון א חולה שאין בו סכנה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2004 21:21 לינק ישיר 

אנטשולדיגט כורמיזא כוויל דיר דא ברבים איבערבעטן כוואלט דיך באמת געדארפט אפלאזן כהאב פשוט געהאט א שווערע צופרי מיט באבע צירל און די דרייווער איז עפעס געפארן אזוי מין ווילד...

איי די יונגווארג...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 05:34 לינק ישיר 

כורמיזא... איך פלאץ!! פון די מענטשן (מענטשן?). זיי זענען מצליח מיר ארויס צו נעמען פון די כלים מער ווי סיי וואס פארא בן אדם.
ווען עס געשעט צו מיר אזא מעשה וואלט איך נישט געקענט זיצן אזוי רואיג, אין נאך מער... ווען ער הייבט אן צו נוצן די ווארט אפיקורס האט ער דיך שוין געלייגט אויף די "אפענסיוו" (offensive) און גיי פארענטפער דיך פאר די גאנצע באס אז די ביזט נישט קיין אפיקורס (דער בחור'ל וואס זיצט אין בעק פון דיר, ער וויל שוין טוישן פלעצער מיט א "קליינע קאפל איד").
אלזא לאמיר נישט פארקריכן פון ענין, דו לייגסט גוט אראפ די מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 14:01 לינק ישיר 

כורמיזא

געוואלדיג!

איך האב כסדר צו טוהן מיט אזעלעכע פערשוינען אין איך בין נישט אזוי איידל ווי דו על פי רוב זענען זיי אויסגעשפראכענע עמי ארצ'ים.

איך דערמאן מיך איינמאהל בין איך געגאנגען אין שוהל אין א קאלטן פראסט שבת צופרי, אויפן וועג האב געזעהן ווי א איד פארהאנדלט זיך מיט דעם אויל דעליווערי מאן, אין איינער שרייט "שבת!, ווי מעג מען הייסען א גוי מחלל שבת זיין"

האב איך זיך אונגערופען "ר' איד איהר זעהנט א טיפש אין אן עם הארץ, 'הכל חולים אצל הצינה', אין מ'מעג הייסען א גוי ...אין דער אלטער היים זענען דאך די גויים געגאנגען פון טיר צו טיר שבת צופרי אריין ווארפן פרישע האלץ אין אויווען..."

אבער איך האלט אז מיר טארען זיך ניט האלטן מיט דעם נייעם אמעריקאר מיינונג פון "MIND YOUR OWN BUSINESS" אויב איך זעה א איד טוהט עפעס שלא כהלכה זאג איך יא בתנאי כל הלכות מוחאה דהיינו עס איז נישט דא אפילו 'איין' דעה אין שו"ע פאר איהם, איך זאג מיט א שמייכעל שטיל אין אהבה בדרך צחות וידידות וכדומה, אין אויב איך הער א נייע הלכה בין איך מודה על האמת תיכף ומיד!

אבער נישט זאגען איז נישט אן אפציע פאר אונז. איך האלט אז זיך אונרופן איז א גרויסע טייל פון דער קיום פון דעם חרד'ישער SOCIETY ליידער ליידער רופן זיך אן נאר די זויערע מענשען, די פעלער זיכער'ס, ווייל ע"פ רוב דער יודע ספר קען זייער גרינג מלמד זכות זיין, שווייגט ער!

ע"פ הלכה מוז מען בלייבן זיצען אפילו ביי שמ"ע ווען מ'איז אויפען וועג, לעצענס זענען די בעלי בתים פון 'על-אל' ארום געגאנגען צו א סאך רבנים אין ארץ ישראל איבער דעם נושא אין אלע האבען געשרובען אז מדארף זיך נישט ע"פ הלכה אויפשטעלן ווען מ'פארט. בפרט אז מ'שטערט אנדערע. איך מיין אז איך האב אפילו געזעהן א כתב אויף דעם ענין פון הרב וואזנער.







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 18:33 לינק ישיר 

די מציאות איז אז יעדער מענטש האט אן אינסטינקט צו זיין אויסגעהאלטען, דעריבער ווען איינער פילט אז איינער האלט אז ער איז נישט אויסגעהאלטען אדער נאך ערגער ווען איינער ווארפט דיר פאר אז דו ביזט נישט אויסגעהאלטען, וועט יעדער איינער טוהן וואס ער קען כדי אויפצוווייזן אז מ'איז יא אויסגעהאלטען.

אבער אויב ווייסט מען אז מ'איז באמת אויסגעהאלטען אזוי ווי ביי די מציאות אז איך האב געלייגט רבינו תם'ס תפילין פעלט נישט אויס צו מאכען הוכחות דעריבער האב איך זיך געפילט גאנץ באקוועם אים צוזאגען וועגען דעמאקראטיע און פארטיג.

איך בעצם האב נישט קיין אידעאולוגיע, איך בין כפוף צו די געזעצען פון די תורה און עס איז קלאר אז עס איז דא א מצוה פון הוכח תוכיח, נאר עס האט פארשידענע הלכות און עס איז אסאך מאל איינגעשטעלט אז אויב מ'איז עס נישט מקיים ריכטיג איז עס גאר א לא תעשה (נישט אזוי ווי ביי אנדערע מצוות עשה וואס אויב מ'איז עס נישט מקיים ריכטיג האט מען נישט קיין עבירה, נאר מ'האט פשוט נישט די מצוה). און דאס איז אויך זיכער אז עס דארף האבען א כוונה לשם שמים אפילו לויט די מאן דאמר אז מצות אינו צריכות כוונה.

אזוי ווי עס איז מיר שוין אסאך אויסגעקומען צו זיין אינטערוועגענס האב איך זיך שוין היבש אויסגעלערנט וויאזוי צו פירען א דיסקאסיע מיט מענטשען וואס האלטען אנדערש פון מיר.

איך פלעג אמאל מיינען אז אויב מ'הערט יענעם אויס עד הסוף קען יענער מיינען אז איך האלט אז ער איז גערעכט. צום סוף האב איך איינגעזען פונקט פארקערט ווען איך הער יענעם אויס עד הסוף און אויב איך פארשטיי נישט עפעס וואס ער זאגט פרעג איך אים איבער (און נאר מיט דעם האק איך אים איבער אז איך האב נישט פארשטאנען) זעט יענער אז איך בין מחשיב זיין מיינונג און דערנאך הערט ער אויך די צווייטע צד.

ביי מוסר זאגערס איז אביסעל שווער צו זאגען דעם כלל, דאס מאל אבער האט דאס געארבעט און צום שלוס פון די ויכוח זענען ביידע געווען צופרידען.

תוקן על ידי - כורמיזא - 20/10/2004 18:36:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 20:10 לינק ישיר 

כורמיזא

נאר אלס א הוספה אויף דיינע ריכטיגע צוגאנג...

א) פון דעם מצות תוכחה דארף מען זיך זייער שטארק זעהן זיך ארויסצודרייען דער חובת הלבבות שרייבט (בזיכרוני שער חשבון הנפש) אז א גוטע רעזולטאט פון התבודדת איז אז מ'זעהט ניט קיין עולה'ס ביי מענטשען וואס דאס פטר'עט דעם מענטש פון 'תוכחה' מיט אלע שטרויכלונגען וואס קען פאסירען..ווי די רעכנסט אויס.

ב) די גמ' זאגט אז תוכחה דארף זיין אויף א בפירוש'דיקע איסור
ועיין שו"ת חתם סופר חלק ו - ליקוטים סימן פב
בענין 'עירוב' וז"ל:
"ועתה עוררני ...ולהוציא לעז על הראשונים שחיללו שבת חלילה ....הלא אחז"ל למה נמשלה חכמה לאחותו אם ברור לך הדבר כאחותך שהיא אסורה לך אמרהו ואם לאו אל תאמרהו הרי דברו רבותינו מאיפרושי מאיסורא ואפ"ה אם אין האיסור ברור כאיסור אחותו לא יאמרנו ...אפי' כה"ג חייב לאמרו ולאיפרושי מאיסו' אבל אם אינו ברור כל כך לא יאמרנוע"כ השתיקה יפה למערערי' ומחרחרים ריבים ונגעים. "ע"כ

דאס הייסט אפילו אויב אז עס רעדט זיך פון הארבּע איסורים ווי חילול שבת אויב דער עירוב האט עפעס א היתר טאר מען נישט מוחה זיין

די חז"ל הנ"ל (כאחותך) ווערט געברענגט אין שו"ת דברי יואל א סאך מאהל אז 'מוחה' זיין קען מען נאר אויף א קלארע איסור בלי שום חולק בכלל!

איך בין אבער נישט אזא צדיק ווי די, אויב איך זעה איינער מיט א גאלדענע זייגער מאכט הקפות מיט זיין לולב ארום די בימה מיט אויסגעטרוקענטע שווארצע פסול'ע ערבות גיי איך צו אין איך זאג איהם אז איך בין גרייט צו באצאלען פאר איהם $2 אין קויפען ביים שמש (3 פוס אוועק) פרישע ערבות. מיט א שמייכל, קיינער האט זיך נאך נישט באליידיגט פון מיין אפפער ווייל אלעס ווענד זיך ווי אזוי מ'רעדט צום מענטש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 21:59 לינק ישיר 

YOHCEE
I'm really impressed! mamesh a boki in שו"ת דברי יואל!
I guess you're trying real hard to impress the Satmorim



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2004 11:24 לינק ישיר 

נעכטן זייענדיג מיט א חבר אינעם "אכטען שטעטל" (ווער ס'ווייסט נישט ווי ס'איז דארף טאקע נישט וויסן) זעמער געגאנגען עסן אין רעסטאראנט, אזוי ווי אונז קומער אריין זאגט מען "אנחנו מצטערים אינלנו תעודת הכשר" "אבל אתם יכולים ליכנס למטבח ונראה לכם שהכל כשר לכל המוצרים שלנו יש הכשר.

איך פרעג עם, איינער האט דיר געפרעגט אויב די האסט א הכשר צו נישט וואַט דע העלל אר יו טאקינג היר? שוין או2נז זעץ מער זעך אראפ, קומט א צווייטער צו גיין "סליחה אבל אינלנו הכשר" איך האב מיר אויפגערעגט אויף מה אתה עולה לנו על הצבים עם ההכשרים שלך, הוא אמר מקודם וראינו במטבח גם הכל כשר, מה אתה מבלבל במוח? שוין דער מענטש הייבט אויף א טעלעפאן צום רב המועצה פון געגענט און קאלט, איך זאג פאר מיין חבר קום לאמיר גיין פון דא, ס'פעהלט נישט קיין רעסטאראנטען אינעם אכטען שטעטל.

אונז גיי מער צו א צווייט פלאץ אונז פרעגן וואספארא מין עסן האט עטץ? זאגן זיי יש לנו הכל "בשרי" "וחלבי" אבל זה שני מטבחים נפרדים, אבל אין לנו תעודת הכשר.

קיי, אונז פרעגן די פארקויפערין ווי קען מען יא עסן דא רואיג און שטיל אן קיין דריי-קאפ? זאגט זי אונז שמה מול זה וזה יש מסעדת "עם" תעודת הכשר.

שוין זעמער געגאנגען דארט און אונז האבן אריינגעריקט א סעודה כהלכה מיטן עדה חראדית הכשר.

וואס וויל איך ארויסברענגען דא?

די איזראעיליס זעה איך זארגן זיך אויך פאר אונזער יידישקייט, זעהט נישט אויס ווי זיי ווילן מאכן געלט, זיי האבן נאר אינזינען אונז פרומע צו ס'איז יא כשר צו נישט, איי מין קאם אן יו וואנט טו מעיק מאני אור יו וואנט טו מעיק ג'ואיש פיפל טו בי גוד? וואט דע העק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2004 11:50 לינק ישיר 

שטעל דיך פאר די גן עדן פון דעם מלצר ביי דעם מסעדה... א קלייניגקייט? א איד זאל עסן כשר'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2004 15:03 לינק ישיר 

Jewboy, עס לוינט זיך זיי צו דערלייגען איין קאסטומער אבי די קביעות'דיגע קאסטאמערס וואס פארטראגען נישט די חרדישע יונעפארעם זאלען אויף הערען צו קומען...

איך מיין אז היינט צו טאג איז שוין דא אלע סארט שפייז מיט א הכשר פאר'ן זעלבען פרייז, איין פראבלעם עס האט נישט דעם גוטען טעם פון מים גנובים ימתקו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2004 17:16 לינק ישיר 


זיץ איך נעכטן מיט מיין חבר אין זיין בי עמ דאבעליו קאר, אין די מאה שערים געגענט.

קומט צו א יונגערמאן און פרעגט
"איר שעמט אייך נישט צו זאָצן אוָן א דייטשער מאשין"?

פרעגט עם מיין חבר.
"זאגטס נאר איר פירט אויך א מאשין"?

ענטפערט ער.
יא איך פיר א פאָרד מאשין!

רוף איך מיר אן צו עם.
איר ווייסט אז הענרי פארד די ערשטע בעה"ב פון פארד מאשינען איז געווען פון די גרעסטע אנטיסמיטן אין די אמעריקאנער היסטוריה?

ס'איז עם שווארץ געווארן פאר די אויגן און איז אוועק געגאנגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וועלט פארזארגערס, מוקדש לJEWBOY
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext