די ווינטער ריקט זיך אינטער, אין ביהמ"ד הערט מען שוין די בערן היסען און די קינדער ניסען, אין אסאך הייזער ארבעט שוין די סטיעם, אני הקטן בין שוין איינגעפעלצט מיטן שאל און ווינטער מאנטל באלד נעם איך שוין די העטשעך אבער די יונגעלייט דרייען זיך ארום פראנק און פריי אן די מינדעסטע מחשבה אז מדארף אכטונג געבן פונעם וועטער און פארן געזונט
יעדעס יאר רעג איך מיך (ווער רעדט נאך פון באבע צירל..) און כקען נישט פארשטיין וויאזוי די יונגעלייט וועלן זיך בשום אופן נישט אנטון א מאנטל, סאיז עפעס א בושה צו גיין מיט א מאנטל ווען סאיז קאלט? מסתמא זענען זיי געווען פון די קינדער אין חדר וואס האבן אלעמאל געהאט אפענע קאוטס אדער האבן זיי עס געהאלטן אין די הענט
פאראיאר איז איין טאג געווען אפשר זערא דעגריס כבין געווען דורכגעפרוירן און מיין טאשטיכל אפגעוועטשט, מיטאמאל זעה איך א אינגערמאן א מיסטער מאטשאו שפאצירט זיך אן א מאנטל מיט א ווארימע קאווע אין די הענט כאילו סמיינט נישט אים די גאנצע מעשה, כבין זיכער אז ער איז אויך געווען פארפרוירן נאר סהאט אים נישט "געפאסט" אנצוטון א קאוט, וועם ער האט אפגעטון ווייס כנישט
אני כשלעצמי דארף איך זעלטן א מאנטל ורק ע"פ גזירת עירין פתגמים הלא היא האשת איש שלי מיז איך מיר אונטוהן א פענסי שאל מיט א מאנטל וכו' וכו'...
נשלח ב-20/10/2004 20:58
די חשוב'ע אינגעלייט פאהרען ארום מיט די גרויסע מאשינען, דארט איז ווארעם
אויך אין די פראכטפולע ביוראס פון די אמעריקאנער אגודת ישרא-ל איז פיין ווארעם
נשלח ב-20/10/2004 21:03
אי"ה ביים נעקסטען קאנווענטשען פון די אמעריקאנער אגודת ישרא-ל וועט זיין א ספעציעלע סעסיע אויף די וויכטיגע ענין, די חשוב'ע עסקנים און "גדולים" וועלען ארומרעדען דעם ענין
נשלח ב-20/10/2004 21:15
מיינע זכרונות...
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה לצעירים, (איך דערמאן נישט דעם יאר, איך וויל נישט מען זאל מיך אַנדעקן...) האט די בחורים אפגעמאכט ביי זיך, קאלט איז, היטן פליען אין די שניי, מען גייט זיך אנטוען "קאטשמעס"... ס'איז געווען "הויעך יום טוב"!
איך וויל נישט אריבערגיין צום אלטען דיבאטע פון "קאטשמעס" ווייל דאס האט שוין "דער בלאט" פאראיאר געטון, אבער, זיך אינטערצוהאלטן איז דאס פונקט גוט געווען.
יעצט צום פוינט! האבן מיר זיך שוין טאקע נישט מיט וואס אינטערצוהאלטן סוף 2004??
דזשובוי א שידוך בקרוב, מיר וועל אלע קומען צו די חתונה
נשלח ב-21/10/2004 17:43
זיידיאנטשי את ב... ומצודתך פרוסה ב...
איך ענדיג נארוואס זיך צו מסדר זיין אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן אנגעפעלצט כאילו ס'איז אינמיטען טבת, איינער פון זיינע חברים מערקען אים אן אז עס איז נאכנישט אזוי קאלט, ענפערט ער איך וויל נישט אז זיידייאנטשי זאל האבען טענות.
נשלח ב-22/10/2004 11:26
550 דא אין ירושלים איז רוב וואך ביטער הייס, און איינמאל א וואך איז קאלט.
נשלח ב-22/10/2004 11:33
כ'ווייס נישט, מיין מאנטל האט פיר רעדער און איך נוץ סיי אין די ווינטער און סיי אין די זומער, איך ריר מיך נישט אהן דעם, חוץ שבת פארשטייט זיך וואס איך נוץ א רעזשוואלקע.
נשלח ב-22/10/2004 15:39
דזשובוי, אין ירושלים מיט א קושטמע?
אגב, איך דערמאן זיך ווי פאראיאר טרעף איך א חבר אונזער'ן (דזשובוי, דו ווייסט וועם איך מיין) אויפ'ן גאס אין בילאו זיראו פרעסטן, אן א מאנטל. יענער האלט זיך אייביג גרויס מיט זיין גוי'אישקייט און פרובירט צו זיין COOL. עס פאסט אים פשוט נישט אנצוטאן א מאנטל.
שטעלט זיך אפ א קאר און אן אנדערער חבר אונזערער שרייט ארויס פון פענסטער, "העי DUDE, גוים גייען היינט אויך מיט א מאנטל..."
נשלח ב-22/10/2004 18:45
יאסעלע
פון דיר איז נישט קיין ראיה, אין לאנדאן איז אלעמאל פארוואלקענט און טונקל, עס מאכט א רושם אז עס איז קאלט אפילו ווען עס איז נישט.
דא אין נו יארק אפילו ער איז קאלט, אבער דע זון שיינט, און ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער פאלט נישט איין אז עס שנייט א פראסט.