בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שטימט פאר דזשאן קערי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/10/2004 02:30 לינק ישיר 

זיסקייט עס איז ok אז די ברענגסט נאר פון די ליבעראלע מידיא אדער נישט ווען די פארדרייסט עס נאך מער ווי זיי שרייבען עס

אין אויף דיינע קשיות האט שוין זיידיאנטשי אין כורמיזא פארענטפערט בטוב טעם ודעת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 02:38 לינק ישיר 

VOTE FOR THE DEMOCRATS, THEY'LL GIVE YOU MORE ENTITLEMENTS, FOOD STAMPS FOR ALL, FREE APARTMENTS, MEDICAID FOR ALL, FREE BUNGALOWS FOR ALL, A CAR FOR
EVERY FAMILY, SHTRAMLECH AND SHAITLECH ETC
FREE FREE FREE EVERYTHING FOR FREE YAY!
BRING IT ON BRING IT ON BRING IT ON.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 02:55 לינק ישיר 

13 הופער,

איך האב קיינמאל נישט געפרעגט קיין קשיות און קיינמאל אוודאי נישט געבעטן קיין ענטפערס פון אזא איינעם ווי זיידי יאנטשי

אבער פאר איך גיי אפילו אריין אין א דיסקאשען לאמיך דיר שטעלן אפאר פראגעס:

האט איראק געהאט WMD?
איז איראק געווען פארבינדן מיט 9-11?
איז די איראקער מלחמה געווען א סוקסעס?
איז בוש בעסער פאר מדינת ישראל ווי קערי?
קען מען ערווארטן אז בוש וועט ארויסגיין אין א פרישע מלחמה אין א צווייטן טערמין?
האט קלינטאן גע'הרג'עט ווינס פאסטער?
האט קערי זיך אליינס געשאסן אין די פיס כדי צו באקומען א מעדאל?
האט קלינטאן געארבעט צוזאמען מיט על-קאידא אונטערצוברענגען אמעריקע?

אויב ענטפערסטו יא אויף איינע פון די פראגעס, דעמאלט וויל איך אפילו נישט אנפאנגען צו דיסקאסן מיט דיר פאליטיק און גיי ארויס וואוטן פאר בוש בכבוד גדול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 03:01 לינק ישיר 

נעבעך זיסקייט מיט אלע דיינע מעשיות איז בוש העכער אין דע פאלס און ער גייט געווינען.
יא יא די טיפשים זענען פאר בוש זעט אויס אז עס איז דא מער טיפשים ווי קלוגע קענסט דיך טרייסטען אז ביסט קלוגער עס וועט דיר גארנישט העלפען

תוקן על ידי - מאנטריאל - 29/10/2004 3:04:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 04:14 לינק ישיר 

מאנטריאל:
עס קאסט מיר א שמייכל דיין פייערדיגע פארשפרעכונג אז בוש גייט געווינען… עס איז פשוט א שאד אז דו באהאלטסט דיך אונטער א ניק נאמען, אז נישט וואלט איך רעקאמענדעט פאר זאגבי אדער גאלאפ זיי זאלן דיך הייערן.
זיי האבן נאכנישט דעם מענטש וואס ווייסט שוין אויף זיכער ווער עס גייט געווינען, אז דו ווייסט ביזטו ווערד זייער אסאך.


און יעצט אזוי ווי דער קאמפיין איז אביסל אנגעצויגן, לאמיר לייגן אפאר מלתא דבדיחותא'ס…

* * * * * * * *

ביי איינע פון די לעצטע בוש קאמפיינס אין אייאווע האט בוש זיך אנגערופן ווי פאלגענד: "איך זאג צי, אז איך וועל נישט העכערן קיין טעקסעס אין די קומענדיגע פיר יאר".

"איך גלייב", האט ער פארגעזעצט. "אז ס'איז זייער שווער, און מען דארף זיך שטארק פלאגן, צו קענען העכערן טעקסעס בשעת מען איז נישט פרעזידענט"…

* * * * * * * *

אינמיטן די צווייטע דעבאטע האט א פרוי געבעטן דעם פרעזידענט ער זאל אויסרעכענען דריי טעותים וואס ער האט געמאכט.

בוש האט אויף דעם געענטפערט:

"די יעצטיגע דעבאטע, די פריערדיגע דעבאטע, און די קומענדיגע דעבאטע".

* * * * * * * *

בשעת מען האט אנגעהויבן די פריע שטימען אין פלארידא, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא פארשידענע פראבלעמען מיט די וואוטינג מאשינען, עס איז געווען לאנגע רייעס מיט א פולשטענדיגע כאאס.

ווען בוש האט געהערט דערפון האט ער זיך אנגערופן:


'Mission accomplished!


האב שכל, גיב א שמייכל!

ווי איידער זיך צו נעמעם צום הארץ, נעם ענדערש צום מויל...



תוקן על ידי - kjfireman - 29/10/2004 4:16:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2004 05:16 לינק ישיר 

פייערמאן

אלבערט פריעדמאן שרייבט די וואך, אז אויב די וואלן וואלט פארגעקומען די וואך וואלט בוש געווינען

אויף נעקסטע וואך, ווייסט ער נישט

איך האלט אז דאס זאגט זייער אסאך

ממילא איז מאנטריאל נישט אינגאנצן ......

אפילו ער איז נישט אזא אראבישע קאפ ווי זאגבי, אדער א ליבעראל איד, ווי עי בי סי,

וואס היינט ווייסט שוין יעדער אז פאולס, איז נישט נאטורליך, מען שפילט מיט די פראצענטן פון פארטיי אינדענטיפיקאציע, ווצב"ש רעפובליקען דעמאקראט און אינדיפענדענט

אויך וויאזוי מען באשליסט 'לייקלי וואטערס' שפילט יעדער וויאזוי ער וויל

די זעלבע איז וואס די פראגע איז

און וויפיל מענטשן מען פרעגט

און אויב עס איז אויטאמאטיש, אדער אינטערנעט פאלינג

דעריבער, קען מען זאגן, אז היינט צו טאג, איז מען ענדערש משוגע אויב גלייבט מען יא פאולס, ווי איידער נישט צו גלייבן פאולס

הגם, עס איז זייער אינטערעסאנט, און האלט געשפאנט דעם עולם

וועלן מיר זעהן דינסטאג נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2004 05:55 לינק ישיר 

מר. פייערמאן ווער עס לייענט מיין פאסט פארשטייט זייער גוט אז איך ווייס וועגען די פאלס.
דיין אויסטייטשען ווייזט נאר אויף דיין דערשלאנקייט אז קערי גייט פארלירן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 06:23 לינק ישיר 

לאמיר האפן אז קערי וועט ערוועלט ווערן אלס פרעזידענט.

מיר אידן דארפן נישט קיין קאנסערוואטיווען פרעזידענט וועלכער פארשטייט נישט אונזערע געברויכן.

שטימט אלע פאר דזשאן קערי!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2004 07:51 לינק ישיר 

מאנטריאל, איך וועל נישט געבן קיין HOOT אויב בוש געווינט. פינאנציעליש איז בעסער פאר מיר אז ער געווינט.

איך גלייך קערי ווייל איך האלט אז ער איז בעסער פאר כלל ישראל און פאר אמעריקע. אבער אויב עס איז באשערט אז בוש זאל געווינען וועל איך נישט אוועקגעבן איין מינוט שלאף דערוועגן. העכסטנס וועל איך דארפן גיין צו מער טיי אוונטס פאר אידן וועלכע דארפן געלט פאר דאקטוירים אדער וועלכע מען וויל ארויסווארפן פון זייערע הייזער, ווייל זיי האבן נישט צו באצאלן קיין רענט.

אבער וואס וועסטו טאן אויב קערי געווינט? וועסט דאך כאפן א הארץ אטאקע. דו נעמסט דאך אזוי פערזענליך דעם פארמעסט אז דו ביסט גרייט זיך צו'הרג'ענען מיט יעדן וואס האלט אנדערש ווי דו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 07:55 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א AP בילד וויאזוי אן אמעריקאנער סאלדאט באטראכט די עקספלאסיווס אין על קאקא. דאס איז געווען פאר די אמעריקאנער האבן געלאזט די באזע און די עקספלאסיווס אויף הפקר פאר די זארקאווי טעראריסטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 07:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איינע פון די עקספלאסיווס ליגט שיין אוועקגעלייגט אין די על קאקא באזע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 08:01 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ווען די סאלדאטן זענען אנגעקומען האבן זיי געטראפן די על קאקא באזע פארשלאסן און פארזיגלט דורך די IAEA. זעט די זיגל פון די IAEA אין גרויס.

תוקן על ידי - ziskeit - 29/10/2004 8:03:00



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 08:06 לינק ישיר 

יא, יא על קאקא! דאס איז וואס די גאנצע ענין באשטייט פון. און קערי האט באשלאסען צו מאכן אן עסק פון דעם. שיק אים א גריס. עס קלינגט ניט ביים אמעריקאנער עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2004 08:13 לינק ישיר 

וועט בוש צוריק איינשטעלן א דרעפט?

http://www.iraqdraft.com/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2004 08:20 לינק ישיר 

די פענטאגאן פאנגט שוין אן צו קעקעצען. זיי זענען שוין נישט זיכער צי די עקספלאסיווס זענען יא אדער נישט אוועקגענומען געווארן

PENTAGON REACTION FROM SPOKESMAN LARRY DiRITA: "We know there were other units in the area who acknowledged finding explosives. It's not at all clear what's in the photos indicate. Some Explosive Ordinance Destruction units have a recollection that some high explosives in the area were taken out of there."


ABC'ס נאוטער נאו זאגט אז די סקאנדאל האלט נאך אלס נישט ביים אוועקגיין

ABC's Noted Now EVENING NEWCASTS: Missing explosives combine with Halliburton investigation to create fourth day of negative Bush coverage …



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שטימט פאר דזשאן קערי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.