<באקומען אין תיבה אישי פון הרוצה בעילום שמו>
דער רבי איז אהנגעקומען דאנערשטיג נאכמיטאג לבית האכסניא. ער האט דארט געדאווענט מנחה. נאכדעם איז ער געפארען צו רב וואכטפויגעל, און געשמועסט. רב וואכטפויגעל האט יעדעם געהייסען ארויסגיין, און געבליבען שמועסען מיט אים אליינס פאר צוואנציג מינוט.
פרייטאג האט דער רבי געדאווענט אין קעלער פין ביהמ"ד. פרייטאג האט ער נישט אויפגענומען, נאר זיך געגרייט צו שבת קודש אגאנצען טאג.
פרייטאג פארנאכט ארום 4:30 איז אריינגעקומען צו מנחה. ער האט געדאווענט מיט א גרויס התלהבות כדרכו בקודש, ביי הודו איז געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער. ביי מזמור לדוד האט געדאווענט בקולי קולות. ביי בואו בשלום האט ער געמאכט ריקודין כדרכו. שליח ציבור איז געווען הנה"ח ר' חיים גראס.
צום טיש איז דער רבי אריינגעקומען 8:30 אין געפירט ביז בערך צוויי אזייגער, עקסטער ספעשיל שיין זענען געווען די ריקודין של מצוה שבת קודש. געזאגט תורה דריי מאל, מתובל מיט מעשיות פין תלמידי בעל שם, אין משפיע געווען ברכות און עשירות פאר כלל ישראל. ביים טיש זענען געווען בערך 750 מענטשען. אויך איז געווען לערך 50 בחורים פין די ישיבה אין סאוט פאלסבערג וואס האבען מיט געזונגען אזוי ווי חסידים. מנוחה ושמחה האט געזונגען איינער פישמאן, און מה ידידות האט געזונגען הרב משה עליאס.
40 בעטען זענען געווען אנגעגרייט אין קעלער פין ביהמ"ד פאר די עולם וואס האט נישט געהאט קיין אכסניות.
שבת צופרי איז דער רבי געווען אין מקוה שוין זעקס אזייגער פארטאג. געדאווענט האט מען 9:00 ביז 12:30. די הוי לייט איז געווען הכל יודוך אין אל אדון אין ר"ח בענטשען. דער רבי האט געדאווענט שחרית ביז הויכע שמו"ע. נאכדעם האט ממשיך געווען ר' פישל בייגעל.
די סעודה איז פארגעקומען בבית הנה"ח ר' יעקב פאזנער שליט"א, וואס ביי אים איז דער רבי איינגעשטאנען די גאנצע צייט.
מנחה איז דער רבי אריינגעקומען 4:35 און מען האט גענדיגט הבדלה בערך 7:30. דער רבי האט געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און מעורר געווען דער עולם צו תשובה מתוך דברי התחזקות, און פארען בענטשען האט ער נאכאמאהל גערעדט און פארציילט עובדות פין צדיקים.
מלוה מלכה איז געווען ביי איינער פרענקעל. סעודת ר"ח היינט איז געווען אויף די אכסניא.
 |
|
|