בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

תוא"י רבי אנגעקומען היינט קיין אמעריקע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2004 19:48 לינק ישיר 


וביום השבת קודש שישו ושמחו


די רבי שליט"א שטייט איין די וואך שבת ויצא ביי הרב יצחק ראזענבערג הי"ו אויף ראסס סט. די סאטמאר ראש הקהל קעגן די הויז פון סאטמאר רבי שליט"א, טראץ די שטארקע פרעשור פון די זאליס, די טישן און די תפלות וועט זיין אין ראז קעסטעל זאל אויף פלאשינג ווי עס וועט זיין א מעכטיגע עולם.


זונטאג וועט פארקומען א גרויסע טיי אווענט אינעם שטוב פון הרב יצחק ראזענבערג הי"ו, פאר די הייליגע מוסדות הקדושים "תולדות אברהם יצחק", וואס איז די הייליגע שומר און שטייט אין שפיץ פון אלע מערכות לה' אין ירושלים קעגן די פושעים און אפיקורסים, און אלע וועלן שטיצען די הייליגע פעסטונג מיט גרויסע סכומים.


ביי די חתונה פון דעם נגיד א. פרענקעל פון לאנדאן די וואך אין ווימ"ס עטרת אברהם, איז די סאטמאר רבי געווען סידוד קידושין, און די תולדות אברהם יצחק רב איז אויך דארט געווען, און ער האט זיך געטראפען מיטן רבין נאך יארן וואס מען לאזט אים נישט אריין, ער האט געקישט דעם סאטמאר רבי האנט, און די סאטמאר רבי האט אים צוריק געקושט די האנט, די בילדער דערפון איז זייער שיין.



תוקן על ידי - yones69 - 19/11/2004 20:32:11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 20:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 20:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 20:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

4



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 20:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מאנטאג גייט דער תולדות אברהם יצחק רבי זיין אין קרית יואל ביי די נגידי וחשובי העם און באזוכן די רבנים פון שטאט און ביי עטליכע באנקעטן

אין אווענט וועט פארקומען א גרויסן עפענטליכן טיי אווענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 20:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הזמנה מילתא היא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 04:17 לינק ישיר 

א גוטע וואך
ווי אזוי איז געוועזן דער שבת אין וויליאמסבורג
איך האב געהערט אז עס איז געווען זייער געלונגען
איינער ווייסט מער פרטים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 04:45 לינק ישיר 



עס איז געווען א הערליכער שבת מיט א ריזן עולם, וואס ווימ"ס האט שוין לאנג נישט געזעהן, עס איז געווען פון 3 זייטן פרענטשעס געפאקט מיט יונגעלייט עלטערע אידן און בחורים, עס האבן געשטורעמט מענשטען פון אלע זייטן צו די גרוסיסע טישן, און ביז 2 אזייגער ביינאכט האט מען געפראוועט די טיש.


עס איז געווען א געוואלדיגער חיזוק פאר תושבי ווימ"ס און פאר סאטמאר חסידים בפרט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2004 05:42 לינק ישיר 




דער רבי איז פרייטאג פארנאכט ארום 4:15 אריינגעקומען צו מנחה. ער האט געדאווענט מיט א גרויס התלהבות כדרכו בקודש,

ביי הודו איז ער
ארום געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער.


צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ג רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א מו"צ ודיין ורב דקהילת ברעסלאוו בבית שמש


ביי מזמור לדוד האט געדאווענט בקולי קולות. ביי בואו בשלום האט ער געמאכט
ריקודין כדרכו. שליח ציבור איז געווען הנה"ח ר' יצחק ראזענבערג שליט"א בעל אכסניא פון תוא"י רבין


נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת וואס האט גענומען איבער א שעה.


צום טיש איז דער רבי אריינגעקומען 8:30 אין געפירט ביז בערך צוויי דרייסיג אזייגער,


עס איז געווען א א ריזן עולם, וואס ווימ"ס האט שוין לאנג נישט געזעהן, עס איז געווען פון 3 זייטן פרענטשעס געפאקט מיט יונגעלייט עלטערע אידן און בחורים, עס האבן געשטורעמט מענשטען פון אלע זייטן ...


ספעשיל שיין זענען געווען די ריקודין של מצוה שבת קודש. געזאגט תורה דריי מאל, מתובל מיט מעשיות פין תלמידי בעל שם, אין משפיע געווען ברכות און עשירות פאר כלל ישראל.

ביים טיש זענען געווען קרוב צו 1500 אידן . . מנוחה ושמחה האט געזונגען החסיד הזקן רבי אברהם חיים וויינבערגער, און מה ידידות האט געזונגען הרב יעקב פאזנער בעל אכסניא פון רבין אין לעיק פארעסט.



דער רבי האט געפלאמט מיטן עולם ספעציעל ביי קה רבון עלם און צמאה נפשי און שבת קודש


ביים ענדע פון טיש ארום 2:30 די געוואלדיגע ריקודים פון האדרת והאמונה וואס בלייבט איינגעקריצט אין זכרון און עס ליגט נאך אין די ביינער


שבת צופרי איז דער רבי געווען אין מקוה שוין זעקס אזייגער פארטאג. געדאווענט האט מען 9:00 ביז 12:30.

ביי הכל יודוך אין אל אדון איז דער רבי
ארום געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער און דער עולם האט נאכגעזאגט מיט גרוס התלהבות.

דער רבי האט געדאווענט שחרית ביז הויכע שמו"ע.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרב הגאן רבי אברהם מאיר ביערמאן שליט"א מגיד שיעור בבית המדרש וראש הכולל תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק.




מנחה איז דער רבי אריינגעקומען 4:35 און מען האט גענדיגט הבדלה בערך 7:30. דער רבי האט געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און מעורר געווען דער עולם צו תשובה מתוך דברי התחזקות,







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2004 01:20 לינק ישיר 

can you please podt the picture how the rabbi is kissing the hand of the satmarer rabbi shlite ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2004 23:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מיטן סטיטשינער רבין שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 17:37 לינק ישיר 

וויפל געלט האט מען געמאכט ביים טיי אווענט און ווב''ס?
און איינער האט אן אנהוג וויפל תא''י רבי האט געמאכט בכלל דאס יאר און אמריקא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > תוא"י רבי אנגעקומען היינט קיין אמעריקע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.