הגם ר' שלמה'לע איז נישט געווען פון אונזער סארט יודען כאטש ער קומט פון אן עכט חסידיש שטוב, און זיינע נסיונות זענען געווען פון אן אנדערע סארט..., אבער לשבחו יאמר אז ער איז געווען אן אוהב ישראל (אפילו די קנאים האט ער ליב געהאט...).
פארציילט מיר א יוד וואס איז עוסק אין קירוב, אז ער האט געהאט א חבר וואס איז געווארען א קאטאליק, וויפיל ער האט פראבירט אים צוריק צוברענגען איז געווען לתוהו.
א קיצור דער יוד פארציילט מיר אז ער האט געלערנט צוזאמען מיט שלמה אין ישיבה און עס איז אדארעך אסאך יארען וואס זיי האבען זיך נישט געזען און איינמאל האבען זיי זיך געטראפען, האט ער פארציילט אז ער טוט אין קירוב און ער האט אים אויך פארציילט וועגן דעם ניי געווארענער קאטאליק ה"י, האט אים שלמה געבעטען ער זאל אים ברענגען צו אים, און ווען ער האט אים געברענגט האט אים ר' שלמה אנגהויבען אויס צופרעגען ווי ער לערנט און ביי וועם און ר' שלמה האט געקענט די אלע מענטשען וואס ער האט אויסגערעכנט, און ר' שלמה האט זיי שטארק משבח געווען, אה דו לערנסט אויך ביי יענעם יענער איז דאך ממש א נוח לבריות וכדומה, דער יוד פארציילט מיר אז ער האט דאס ממש נישט אויסגעהאלטען, דא ברענגט ער אים כדי אפצורייסען פון דארט און ר' שלמה טוט זיי גאר משבח זיין.
א קיצור ווען ער ענדיגט זיי משבח זיין פירט אויס ר' שלמה: they're all such special people but they're not ours
און מיט דעם האט ער אים צוריק געכאפט, און יענער איז היינט צו טאג אויך עוסק אין קירוב.
יענער האט שפעטער מסביר געווען, אז מ'פלעגט אים אלע מאל זאגען אז זיי די נוצרים זענער רשעים וכדו' און ער האט למעשה נאר געזען גוטס ביי זיי דעריבער האבען זיי נישט געקענט משפיע זיין אויף אים. ר' שלמה איז געווען די ערשטע וואס האט געהאלטען אזוי ווי אים און מיט דעם האט ער אים אינטער געקויפט.
-
איינער פון מיינע חברים וואס האלט זיך פאר א קנאי האט אים אמאל געטראפען תשעה באב אין אלטשטאט ירושלים און ער האט אים אנגעהויבען נאך צו שרייען 'משוגענער'. האט אים ר' שלמה געזאגט איך האב דיר זייער ליעב איך וויל דיר נישט מצער זיין און א וודאי נישט די שכינה און א וודאי און א וודאי נישט אין תשעה באב און א וודאי און א וודאי און א וודאי נישט מיט שנאת חנם...
אבער ער איז נישט געווען פון אונזערע...
 |
|
|