בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

JCRC קען נישט דיסקרימינירן קעגן סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/11/2004 21:34 לינק ישיר 
JCRC קען נישט דיסקרימינירן קעגן סאטמאר

פאריגע וואך האבן משה דוד נידערמאן און דעיוויד פאלאק פון JCRC (וואס דארף מכלומר'שט פארטרעטן אלע קהילות) דורכגעפירט א קאנפערענץ מיט אלע פאליטישאנס און אידישע ארגאניזאציעס. ביי דעם קאנפערענץ האבן זיי אראפגעריסן און מיאוס בארעדט די צענטראלע סאטמארע קהילה און אויך דעם סאטמארער רב שליט"א.

משה דוד האט אבער נישט געוואוסט אז קהל יטב לב איז געוואויר געווארן דערפון און ווען דער קאנפערענץ האט זיך אנגעפאנגען, האט א חבר הקהלה זיך אויך געפינען אויף די ליין.

משה דוד האט אנגעפאנגען צו רעדן, שטארק אראפרייסנדיג סאטמאר, און ער האט פארציילט אז די זאליס האבן אפגעהאלטן א זיג אין קאורט, און האט געבעטן די פאליטישאנס און אידישע ארגאניזאציעס אז זיי זאלן נאר רעדן צו אים ווייל ער פארטרעט אלע אידישע קהלות.

די פאליטישאנס און ארגאניזאציעס האבן אבער נישט פארשטאנען וואס ס'גייט פאר און אנגעפאנגען צו פרעגן קשיות. דא האט איבערגענומען דעם ווארט דער חבר הקהלה און ער האט געענטפערט אויף אלע זייערע שאלות בטוב טעם ודעת און אראפגעלייגט משה דוד'ן אלס א פאלנער שקרן וכזבן. זעענדיג אז ס'איז צרות האט דעיוויד פאלאק שנעל געסטאפט די קאנפערענץ.

עס איז א שרעקליכע חוצפה אז JCRC וואס דארף פארטרעטן אלע אידישע קהלות פאר די פאליטישאנס האט די חוצפה זיך אריינצומישן אין אן אינערליכע מחלוקה און זיך אננעמען פאר איין צד.

נעכטן ביי א פרישטאג פאר פאליטישאנס האט דעיוויד פאלאק אריינגעכאפט ווי עס דארף צו זיין בקולי קולות פאר זיין חוצפה דורך אן עסקן וואס איז דארט געווען. אבער יעדער סאטמארער איד דארף טאן דאס זייניגע אים צו שטעלן אויפ'ן פלאץ.

ביטע רופט אן דעם דירעקטאר פון JCRC מייקל מילער אויף 212.983.4800 עקסטענשאן 130 און פרעגט אים וויאזוי דעיוויד פאלאק האט די חוצפה צו דיסקרימינירן קעגן איין קהלה.

איר קענט אויך שיקן פעקסעס צו 212.983.4084



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2004 21:45 לינק ישיר 

אזוי ווי די אהרונים האבן "געווינען" אויף דעם מהלך פון שיקן פעקסעס און מאכן פאני קאלס, גייען זיי ווייטער אויף דעם מהלך....

וויאזוי האט נאר באראש געשריבן אין דעם זיג אורטייל פאר די אהרונים?


He has inundated the fax to our Chambers....

Chambers have been daily inundated by calls from individuals using pseudonyms and falsely claiming to be reporters or attorneys who are tangentially involved in the case seeking information.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2004 21:50 לינק ישיר 

חיים ווערצבערגער איז שוין געווען ביזי דערמיט מוצאי שבת אויף די ראדיא.

סקאט מאלען האט געענטפערט אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל. ווייל מר. נידערמאן פארטרעט אלע חרדישע קהילות, און גיט סערוויסעס פאר יעדן איינעם אן קיין אויסנאם.

דערנאך האט איינער דארט דערציילט די היסטאריע פון חיים ווערצבערגער, וואס האט געעפנט די סי.דזשעי.סי. צו האקן יו.דזשעי.או. און אנשטאט צו טאן עפעס לטובת די וויליאמסבורגער געמיינדע, איז ער ביזי מיט אריינברענגען "דאמעסטיק וויילענס", א חילול שם שמים נורא ואיום.

אגב. ייש"כ davka פאר די טעלעפאן און פעקס נומבער. עטליכע הונדערט חיזוק בריוו און טעלעפאן קאלס צו די עוסקים בצרכי ציבור "באמונה" זענען שוין אונטערוועגנס. טענקס א מיליאן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2004 21:57 לינק ישיר 

עס וועט ענק העלפען ווי עס האט געהאלפען ווען עטץ האטס געטוען די זעלבע פאר באראש(ווי דער די עי איז האלט פעסט אינמיטען די ארבעט)אין עס איז פין די זעלבע אדרעסען
אין עס וועט מיטגיין מיט דעם אדרבה ווי מער מען טוט דאס אלץ א בעסערע קעיס איז דא קעגן די טעראריסטען וואס זענען שוין אנדער אינוועסטיגעגעשאן פאר קארט אינטערגרי
גדענקט מען האט ענק געווארענט אין ווער עסאיז פארמישט אין דעם יבא על שכרו

ווער עס קען זאל דאס דאונלאדען אויף זיין קאמפיוטער
וויייל מען וועט דאס דארפען האבן איך בין יעצט ביי א פובליק פלאץ ווי איך קען עס נישט דאוןלאודען


תוקן על ידי - ekstein - 01/11/2004 22:03:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2004 22:26 לינק ישיר 

ווער עס וויל לאכען פין דעם דווקע איז דאס וואס ער האט געשריבען אין אן אנדערען אשכול אז די ארונים האבן בכלל נישט געוויסט דעפין אין אויף אמאל האט מען זיי מכלומערשט אויסגעשפיעלט

17:10 31/10/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
די איינציגסטע "נייעס" וואס איך בין געוואויר געווארן אויף די שאו, איז געווען אז "יו-דזשעי-או" האט די פאריגע וואך געהאט אראנזשירט א קאנפערענץ קאל פאר פאליטישנאס און ארגאניזאציעס וואו סקאט מאלען (דער לויער פון די זאליס) האט צו זיי גערעדט פון דעם קעיס,

און איין קאלער האט אים פארגעהאלטן היתכן מ'האט נישט גערופן די צווייטע זייט אויכעט. מאלען האט געזאגט אז יו-דזשעי-או פארטרעט "יעדן איינעם" (?...) אבער נישט ער האט גערופן דעם קאנפערענץ קאל, און ער האט נאר געענטפערט אויף פראגעס.

אבער אפילו זאב ברענער האט זיך געוואונדערט פארוואס יו-דזשעי-או האט נישט געזען פאר וויכטיג אויך צו האבן איינעם פון די צווייטע זייט?

נו, גיי זיי אים מסביר אז משה דוד נידערמאן איז א זאלי...
davka
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1168946
פינקט ווי מען האט זיי אויסגעשפיעלט ביים דאמעסטיק ווייעלענד מסירה וואס איז געווארען איבערגעזעצט אין אידיש אין איך האב עס געהאט געפאסט דאן וואס אגב די 35000 דאלער האבן זיי קיינמאל נישט באקומען אוודאי וויינט מען
ווער עס האט טאקע דאמעסטיק וויילענד פראבלעמען אין דארף א פסיאכטאר זאל ביטע רופען חיים ווערצבערגער אויף 3843508
איצי ראזענבערג 7183871938

תוקן על ידי - ekstein - 01/11/2004 22:30:27

תוקן על ידי - ekstein - 01/11/2004 22:35:01



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2004 23:55 לינק ישיר 

עקשטיין האט געטראפן א וועלטס סתירה:

איין אשכול: די אהרונים האבן נישט געוואוסט דערפון.

צווייטע אשכול: מען האט אויסגעשפילט די אהרונים.

ריזיגע מעכטיגע קנאקעדיגע באמבאסטישע, גיגאנטישע סתירה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2004 01:53 לינק ישיר 

ליין גוט וואס איך האב דארט געשריבן:

איין נייעס וואס "איך" בין געוואויר געווארן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > JCRC קען נישט דיסקרימינירן קעגן סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext