בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

רעכטן פון דרייווערס און פוסגייער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2004 00:47 לינק ישיר 
רעכטן פון דרייווערס און פוסגייער

איך וויל בארירן א נושא וואס באדערט מיך שוין לאנג, איך וויל הערן אייער מיינונג.

יעדער ווייסט אז די דרייווערס האבן געזעצן וואס זיי מוזן פאלגן ווי צב"ש רעד לייטס,RUGHT OF WAY פאר פאסזאשירן ווען מ' דרייט זיך,וכדומה, און אויב האלט מען עס נישט איין באקומע מען א טיקעט.

ווייניג ווייסן אז פיסגייער האבן אויך געזעצן למשל גיין ווען עס איז DON,T WALK נישט קראסן אינמיטען די גאס און נאך, נאר וויבאלד זיי באקומען נישט קיין טיקעט טיען זיי וואס זיי ווילן.

וואס פאסירט, ספעציעל איןדי היימישע געגענטער זעט מען מענטשן אזעלעכע אום דערהערטע זאכן, א קאר קומט צופארן, ער וויל כאפן די גרין לייט פאר עס ווערט רויט, גייען מענטשן, (בעיקר פרויען) און מ' לופט אריבער די גאס וועןס' איז פאר זיי DONT WALK, שיעור מאכענדיג א עקסידענט אדער איז מען גורם א שארט סטאפ וכדומה.

אויך זעט מען מענטשן לויפן אריבער די גאס ווען קארס קומען, ווייל מ' פארלאזט זיך אז די קאר וועט זיך אפשטעלן, און אסאך מאל איז עס שוין צו שפעט חלילה,איבערהויפט ווען די זון שיינט קען מען אפילו נישט זען.

זאגט אייער מיינונג, ווער איז גערעכט, פארציילט אייער עקספיריענס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2004 02:04 לינק ישיר 

איך זעב דרייוערס עוולות אויך ווען מען שטעלט זיך אפ שמועסען אמאל אין א ביזי גאס וואס טראקס קומען צופארן שנעל אין די לעצטע רגע געבען זיי א פעס פארמיידענדיג קרבנות רח"ל אין בעיקר ביים איינדרייען ווען די פוסגייער האט גרין אין די דרייוער מיינט אז ווייל ער האט גרין איז ער בארעכטיגט אויף אלעס אין זיי פארן ביז מיין קנעכל איך פארשטיי זיי ווייל זיך אפשטעלן ביים דרייען פאר פוסגייער אין אנדערע זאכן וכן די הלכות פאר פיס גייער דאס אלעס איז להבדיל גוישע זאכן בבחינת טענקסגיווינג יודן זענען העכער די זאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2004 03:31 לינק ישיר 

איך האלט אז אויב א מענטש אינטערעסירט נישט ג'הרג'ט צו ווערן וועט אים קיין טיקעט נישט העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2004 04:22 לינק ישיר 

אין וואס איז דאס יודישע קארן שטייען אין די קראס וואלק אונטער די רעד לייט אין בלאקן די מענטשען צו קראסן כאילו די גרין לייט איז פאר די קארן אין נישט פאר די מענטשען אלא מאי צ"ל כנ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2004 04:31 לינק ישיר 

קוקט אויס אז ווען דזשוליאני וועט ווערן גאווענער אוו ניו יארק וועט ער משלים זיין אויסצומענטשלען גאנץ ניו יארק (געדענקסט ווי דער קאר וואשער ביי וויליאמסבורג בריק פלעג שטיין )אין ער וועט נאך זיין א רשע דערפאר
אמת אין די היימישע געגענטטער אין ב"פ אין וויליטאן איז עס געפערליך אבער אין שוואצרצע געגענט איז עס אסאך ערגער מיט איין איבריגער פייף ריזיקירט מען מיט א קניידעל אין קאפ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2004 05:33 לינק ישיר 

און די געזעצן זענען אזוי אנטי קאַרס אז ס'איז א פחד.

די פיסגייער קומען אלעמאל פאר די קארס, און אויב א פיסגייער לויפט אריין אין א קאר און ס'געשעט אן עקסידענט קען ער נעמען פון דעם דרייווער'ס אינשורענס און נאכדעם קען ער אים נאך אנקלאגן אין קאורט פאר'ן ליידן PERSONAL INJURIES, כאטש ער איז אליינס שולדיג דערין.

יעדער דרייווער וועט וויסן צו דערציילן צענדליגער מעשיות איבער פיסגייער וואס פירן זיך אויף שרעקליך אומ'אחריות'דיג און אויב ס'געשעט עפעס האבן זיי טענות און דרייען דיר אראפ דעם קאפ און זיי האבן נאך די פארשאלטענע געזעצן אויף זייער זייט.

תוקן על ידי - ziskeit - 05/11/2004 5:35:18



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2004 05:42 לינק ישיר 

דאס איז וואס א טרעפיק דשאדזש האט מיר געפסקענט


פאקטיש זענען די קארס די גאנס אוין ראוד אין אלע געזעצען אויף די קארס זענען נישט געמאכט צו שיצען דעם חפץ אויף דעם איז קאלידזשען אינשארענס
רוב געזעצען זענען געמאכט צו באשיצען אז מענטשען זאלען נישט געשעדיגט אדער געהארגעט ווערן
אין דאס איז די אחריות ווער עס האט דעם גאן אין דעם פאל די קאר
איך האב שוין געהאט זייער א בעד עקספיריענעס מיט א דזשעי וואקינג וואס איך האב ב"ה אויסגעפייט קוים מיט צרות

תוקן על ידי - ekstein - 05/11/2004 5:44:53



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2004 05:54 לינק ישיר 

ס'איז טאקע דא אינשורענס, אבער די אינשורענס גייט ארויף.

און וואס איז געווען די מעשה מיט דיין דזשעי וואקינג? האסט באקומען א טיקעט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2004 05:57 לינק ישיר 

ניין א דשעי וואקער האט זיך אין מיר אנגעטשעפעט
אין צו מיין מזל איז דארט געווען א געשעפט וואס האט געהאט א ווידיא אין פאר 20 דאלער עס מיר געגעבן פאר דיפענס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2004 17:39 לינק ישיר 

אמת אז קארס זענן אסאך מאל שולדיג, למשל ווען א קאר דרייט זיך איין מוז ער לאזן די מענטשן קודם דורכגיין, די געזעץ איז אז אויב דער מענטש האט אראפ געלייגט זיינע פיס אויף די גאדער מוז די קאר ווארטן אויף אים ביז ער גייט דורך.

אבער פיסגייער פארנאfליסגן אסאך מער די געזעצן, סיי ווייל זיי באקומען נישט (געווענליך) קיין טיקעט, אדער ווי איך האב אויבן געזאגט זיי ווייסן אז מ' וועט זיי נישט הארגענען,

דאס מערסטע באדערט מיך ווען די געסט א פייף פאר זיי זענן זיי נאך מלא טענות, איבערהויפט די פרויען וואס רוקען ארויס די קערידזשס אינמיטן גאס און נאכדעם קוקן זיי אויב א קאר קומט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2004 17:59 לינק ישיר 

זיסקייט!

איך בין שרעקליך אנטוישט אין דיר. רוב מאהל שרייבסטו בטוב טוב ודעת, אבער נישט דא! שקר וכוזב אז די געזעצען זענען שרעקליך אנטי קארס.

דאס געזעץ זאגט אז ווען א קאר דרייט זיך איין האבען די Pedestrians די right of way.

יעצט ווער שטעלט זיך אפ פאר זיי? מיין ווייב איז אריבער די גאס אין א קאר האט איהר שיעור דערהרגעט. ער האט גערעדט אויפען סעל פאון אין האט "געספיד" אויף טויזענט!

אמת... עס איז דא אידענעס וואס שטעקען ארויס די קערידזעס וכדומה, אבער רוב מאהל זענען די קארס די חיות.

וויפיל קארס שטעלען זיך אפ ווען א school bus האט די רויטע לעמפלעך? אויב האט איהר די העזה יא זיך אפשטעלען דאן נעמט מען זיף פייפען כאילו איהר וואלט געדינט עבודה זרה.

ווען איינער פארט אדורעך א school bus מיט די רויטע לעמפלעך דארף מען איהם אהנהאקען די ביינער. ער האט א דין פון א רודף.

מען דארף אויך זיין balanced, עס איז דא באס דרייווער וואס לאזען די לעמפלעך אין די וועלט אריין.

בקיצור... עס איז דא חיות פון ביידע זייטען. בדרך כלל אין ווילי לערענט מען נישט אויס נארמאלע זאכען וד"ל, למשל וויאזוי אריבער גיין די גאס וכדומה. ממילא ווייסט מען נישט בעסער.

עטץ וועטס מסתמא טראכעטן אז דער משוגענער בארא_פארק דרייווט נישט א קאר, זאג איך אייך ניין, איך דרייוו יא א קאר. אין יא... איך סטאפ פאר א School bus ווען מען דארף, איך שטעל זיך אפ ביים סטאפ סיין, אין איך פלי נישט דורעך דעהם yellow light. איך בין נישט קיין אלטע באטשי, איך ווער אויך משוגע ווען איינער קען נישט דרווייען. ספעציעל די משוגעים וואס מיינען אז They own the road. די אלע פענסי בעסערע שטינקערס וואס סטאפען פונקט אין דערמיט און לאזען איינעם אראפ, אבער כאפען גאר א שמועס! איר ווילט איינעם אראפלאזען? זייער פיין, איהר קענט double park נארמאהל, מען מוז נישט שטייען זעקס פיס ווייט פונעם parked car.

געדענקט! ווען איהר דרייט אייך איין, ווארסט אויף די פאריאגטע אידישע מאמע וואס לויפט ארום מיט די פיס איינקויפען אין גראסערי און בוטשער! און אפשר איז א אידענע אין אנדערא אומשטענדען און מיטען דעשרעקען קענען מען נאך שיעור... זייטס נישט קיין חיות!

געדענקט! ווען א באס האט די רויטע לעמפלעך, Stop completely and do not pass until the lights are off!. עס איז 4 פוינטס אין דריי הונדערט טאלער די ערשטע מאהל און דאפעלט די צווייטע מאהל אין אכטצען חדשים!

איך וויל אויך מעורר זיין די "משוגעים" און Selfish People וואס פייפען. אפילו בייטאג טאר מען נישט פייפען. די פייפער איז נאר In case of danger. ביינאכט איז דאך פשוט א גרויסע עוולה, גזל שינה, גזל האנערווען וכדומה.

OK… יותר מה שכתבתי יש כאן, ואין כאן המקום להאריך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > רעכטן פון דרייווערס און פוסגייער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext