| נשלח ב-10/11/2004 05:51 |
|
| |
איך בין נישט א סאטמארע, און גראדע זעה נישט איין די גרויסע עולה וואס די חברה טוהען.
לאמיר אריין קלערען פאר הונדרעט יאר צוריק ועוד, כל זמן אידען זענען געווען אין גלות, און דאס אנערקענט, למשל ביי די שפאנישע אינקוויזיציא, האבען דען נישט אידען פראבירט צו רעדען מיט די מלך צו ראטעווען אידען? צו דען האט דער אויבערשטער נישט געפירט קיין משא ומתן מיט פרעה דארעך משה רבינו? צו דען האט מען נישט במשך אלע דורות מיט שתדלנות פרובירט ביי די גרעסטע רוצחים מציל זיין אידען, און זיך בעטען ביי זיי בכל לשון ששייך זיי זאלען נישט הרג'נען אידען?
נאר וואס דען?
זייט נאך די צווייטע מלחמה, ווען עס איז געווארען א מדינה, האבען זיך אידען געהויבען די קעפ, אנגהויבען רעדען מיט שנאה אין האס קעגען די רוצחים בגלוי, אין צייטונגען און טעלעוויזיא וכו', און דאס האט נאר גורם געווען אז די רוצחים זאלען וועלען מער הרג'נען,
ווען די רוצחים וואלטען געוויסט אז נישט אלע אידען האלטען אז זיי באלאנגען נישט אין א"י וואלטען זייער שנאה צו אידען געווען אסאך שוואכער ווי עס איז יעצט
ממילא הבו ונחזיק טובה פאר די משוגעים (זיי זענען משוגע בלאו הכי) אז זיי טוהען פאר אונז אונזער דזשאב, און זאגען פאר די רוצחים אז עס איז נאך דא א קליין הייפעלע אידען וואס וואינען אין ברוקלין אין מאה שערים וואס האלטען אז די מדינה געהערט נישט צו אונז, אולי ירחם, אפשר וועט דער רשע נישט וועלען מאכען קיין באמבעס אין אונזערע געגענטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2004 06:28 |
|
| |
זאיס א רחמנות אנצוקוקען ווי די פאר איינצלענע אידן זענען זיך מזחזק איינער דעם צווייטען אינעם שיטה הק' זי''ע, און געבן נישט אויף, ניין חברה געבט נישט אויף...
האלט ענק מוראדיג פעסט...
טאמיר עץ דארפסט פעסטערע שטריק אנצוהלטען די הזחזקות, זייט מיר מודיע איך וועלן העלפען...
עס שאדט נישט צו האבען אפאר מושגאים אין די אידישע וועלט וואס זאל מיך אינטערהאלטען פון געלכטער ווי אזוי די חברה זענען מוראדיגע קנאים און זיי זענען מוחה בכל תוקב ועוז...
ניין געבטס נישט זייטס מוחה.. מוחה.. מוחה.. מוחה.. קיינער הערט נישט? היתכן?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2004 17:12 |
|
| |
צבי דאכט זיך די ביסט א חב"דסקער.
נו מילא איך געדענק די דרשה פין ענקער רבי לגבי די מערת המכפלה, אז מען דארף עס צונעמען פין די אראבער ווייל אין די תורה שטייט דאך בפירוש אז אברהם האט דאס אנגעקויפט.
און אפשר זאל מען צונעמען די מקום המקדש, ווייל אין נ"ך שטייט אז דוד האט דאס אנגעקויפט.
וכהנה וכהנה אזעלכע הבלים.
אונז זענען מיר אין גלות, וואס מען געט אונז היינט איז אונזער, ביי גירוש שפאניע האבען אידען נישט געמאכט קיין ווידערשטאנד קעגען דער מלך, און אזוי אויך ביי די אלע צענדליגע גירושים אין אשכנז.
אז היינט זענען נולד געווארען אז מיר אידען זענען א פאלק וואס דארפען זיך שלאגען פאר אונזערע רעכטען, מיינט נישט אז יעדער מוז מיט גיין מיט דער מהלך, און אז איינער וויל אנהאלטען די אלטע וועג מעג ער.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2004 18:49 |
|
| |
הטקסט שלך כאן
אונז זענען מיר אין גלות, וואס מען געט אונז היינט איז אונזער, ביי גירוש שפאניע האבען אידען נישט געמאכט קיין ווידערשטאנד קעגען דער מלך, און אזוי אויך ביי די אלע צענדליגע גירושים אין אשכנז.
אז היינט זענען נולד געווארען אז מיר אידען זענען א פאלק וואס דארפען זיך שלאגען פאר אונזערע רעכטען, מיינט נישט אז יעדער מוז מיט גיין מיט דער מהלך, און אז איינער וויל אנהאלטען די אלטע וועג מעג ער.
באראפארקער
TELL IT FOR KIRYAS YOEL VILLAGE
תוקן על ידי - sruli2 - 10/11/2004 18:54:08
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2004 18:54 |
|
| |
איז דא א עירוב אין פאריז?
ווי אזוי האבען זיי געקענט לייגען בלומען בעצם השבת?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2004 19:03 |
|
| |
boroparker
next time answer to the point, what does it have to do with what I said?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2004 23:09 |
|
| |
באראפארקער
שתדלנות ביי א מלך יא, ביי א פרעזידענט יא, אבער ביי א רוצח? פארוואס?
דו האלטס באמת אז פאלעסטינער הארגענען נישט קיין פרומע אידען ווייל די פאר חברה זאגען אז די פאלעסטינער האבען רעכט?
|
|
|
|
|