פרישער זיג פאר קרית יואל - רעביט געווינט
ען רעביט, די קאנדידאטקע וואס קרית יואל האט אינדארסירט פאר אסעמבלי, איז היינט דערקלערט געווארן די געווינער אין דעם ביטערן פארמעסט קעגן באני קרעהעם, און קרעהעם האט אויפגעגעבן דעם פארמעסט.
מיט אפאר טעג צוריק האבן די זאליס ארומגעשיקט פרייליכע מעסעדזשעס צו אלע זייערע נאכשלעפערס אויף די ביפערס אז באני קרעהעם האט געוואונען די וואלן, (גיי ווייס פארוואס זיי פרייען זיך אזוי שטארק אז אן אנטיסעמיטקע האלט אפ א זיג). זייער שמחה איז אבער געווען זייער פריצייטיג, ווי ס'שטעלט זיך יעצט ארויס.
דער זיג פון רעביט איז געקומען נאר א דאנק די כמעט 3,000שטימען וואס קרית יואל האט ארויסגעברענגט פאר איר.
באלד וועל איך ברענגען די פונקטליכע נומערן.
|
|