בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דעם באגריף 'קנאות'...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/11/2004 09:39 לינק ישיר 
דעם באגריף 'קנאות'...

איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מיר קענען מסביר זיין דעם מושג 'קנאות', און די כלים וואס מ'דארף האבען זיך צו באנוצען דעמיט.

צו דען איז דא היינטיגע צייטען מענטשען וואס זענען אמת'ע קנאים וואס באנוצען זיך דערמיט על פי תורה?

האט איר שוין אמאל מפגין געווען און איר האט באמת געמיינט דעם רבוש"ע און נישט דער פארטיי?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2004 06:03 לינק ישיר 

מיינסט אז קנאות האט דווקא מיט הפגנות?

איך האב נישט קיין טענות אויף דיר, זייט די חברה זענען ארויס מיט א הפגנה נוסח על שארפטאן קעגען דעם עירוב אין וויליאמסבורג, און שפעטער קעגען רב שטיינמאן איז געווארען אזא סארט צומישניש צווישען ערליכע קנאות אין מעשוגענע התנהגות וואס מקורם איז ביי די שיריים פון נטורי קרתא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2004 14:12 לינק ישיר 

איך מיין אז דאס איז זייער אארענסטע זאך, וואס מ'דארף טאקע אסאך צו שמועסן וועגן דעם, איך וועל באלד שרייבן דא מיין מיינונג, אבער איך ויל זעהן וואס די אנדערע מעמבערס האבן צו זאגן וועגן דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2004 14:37 לינק ישיר 

די ריכטיגע סימבאל אוף קנאות איז לכל הדעות רביה"ק מסאטמאר זיע"א, לאמיר אביסל מתבונן זיין ווי האט אויסגעזען זיין קנאות. ווען דער רבי זיע"א איז געווען אין ב"ב האט ער געזאגט אפייערדיגע דרשה אנקעגן די בחירות און די אגודה מיט אלע זייערע פירערטס, איינער פון די גרעסטע מנהיגים פון אגו"י און ב"ב איז געווען דער ויז'ניצער רבי זצ"ל, און נאכן דרשה איז רביה"ק געגאנגען זיך טרעפן מיט איהם מיט אליבשאפט אין כבוד כלא היה.
אזוי איז אויך באקאנט דאס גיוואלדיגע ידידות צוישן דעם רבי'ן זיע"א מיט הגאון ר' אהרן קאטלער ז"ל וואס האט ממציא געווען דאס "חוב קדוש, פון די אגודה אויפן בחירות האסורות. ס'איז זייער באקאנט אז דער רבי האט געזאגט אוף איהם אין זיין לוי' "להגיד שבחו של אהרן שלא שינה".
א זעלכע דוגמאות זענען דא לרוב, האט אזוי קוקט אויס ריכטיגע קנאות פון א ריינע הארץ.
נאך מער פון דעם איז געווען מיט הגה"ק ר' יוסף חיים זאננפעלד דער ערשטע ירושלימ'ע רב, וואס איז געווען בראש המערכה אנקעגן דער רה"ר קוק, אבער ווען ער האט זיך גיטראפן מיט איהם, און ס'האט פאסירט גאנץ פול, האט ער נוהג כבוד געווען מיט איהם.
ביז דא אוף יעצט. ביטע ווער ס'האט וואס צו ענטפערן זאל עס טוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2004 19:49 לינק ישיר 

כורמיזא האט געפרעגט א קשיא, און איך מיין אז מ'דארף קודם ענטפערן אויף די קשיא, פאר מ'לאזט זיך אריין אין ווער עס איז די ריכטיגע סימבאל פון קנאות און ווער נישט, און אנדערע זייטיגע נושאים.

די קשיא איז: וואס מיינט דאס ווארט 'קנאות'? און וויאזוי באנוצט מען זיך דערמיט?

איך מיין די ערשטע זאך דארף מען וויסן די טייטש פונ'ם ווארט.
נאכדעם דארף מען קוקן אין די תורה (שבכתב ושבעל פה) ווען מ'האט זיך באנוצט דערמיט. ווער האט זיך באנוצט דערמיט. און וויאזוי האט מען זיך באנוצט דערמיט.
נאכדעם קען מען קוקן אויף היינטיגע גדולים וואס זיי האבן געטוהן, און וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט.

צוויי נקודות: לאמיר נישט פארגעסן אז א גדול קען אויך מאכן א טעות אמאל. און אויך מיין איך איז כדאי צו רעדן קודם כלליות'דיג - נישט נאר פון סאטמאר - ווייל נישט אלע ליינער'ס און שרייבער'ס דא זענען סאטמארע חסידים. און דערנאך קען מען אריין גיין אין די פרטים פון סאטמאר'ע קנאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2004 20:18 לינק ישיר 

הסאטמאר'ע קנאות היה , לא להתחשב בשום אדמו"ר רב ומנהיג, גם אם הוא ת"ח וגאון עולם, גם אם הוא קדוש עליון,
ומצווה להילחם בכל רב עדה ומנהיג באם הוא לא מיישר קו ומכניע את עצמו לממלכת סאטמער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 04:04 לינק ישיר 

יאנקי
דאס האט גארנישט מיט סאטמאר, ליידער אין אסאך חסידישע קרייזען איז מיין גדול אין רבי אלעס, אין די אנדערע זאנען כקליפת השום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 06:02 לינק ישיר 

עפשטיין
נישט דאס איז דער נדון, דער נדון איז אז אין סאטמאר איז יעדע וואס גייט נישט מיט אין זייער שפאן איז א יורד גיהנם, ענדליך צו וואס די אראבער האלטען לגבי יעדע וואס גייט נישט אין זייער גלויבען. אזא ווארט איז דא פין סאטמאר רבי ר' יואליש, אז אפילו איינער איז צדיק גמור, טאמער איז ער א ציוני וועט דאס איבעוועגען אלע מעשים טובים. נישט אזוי? אין ערגעץ איז נישט דא אזא שיטה, ביי קיין שום אידעשע קהלה אדער חסידות, אדרבה אויב יא לאמיר הערען וועלכע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 06:29 לינק ישיר 

באראפארקער

א שיטה איז א זאך וואס איז דא א מחלוקת הפוסקים אין א בירור הלכה ביידע וועגען.

אפשר ברענגסטו דא א בירור הלכה פארקערט ווי דעם ויואל משה?


נ.ב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט קיין רבי'ס היינטיגע צייטן וואס גייען אריין אין קאטעגאריע פון ציונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 06:34 לינק ישיר 

מיר האט דאס א זאלי געזאגט וועגען דער תולדות אברהם יצחק רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 16:42 לינק ישיר 

בארא פארקער

איך בין נישט ווערט צו זיין דער וואס פארענטפערט דער סאטמאר רבי זי"ע

אבער, די ווארט וואס די ברענגסט, איז פשוט פשט,

ציוניזם, איז א ענין פון אמונה, און אויב איינער האט פראבלעמען אין אמונה, איז ער א כופר בתורת משה כולו,

דער סאטמאר רבי זי"ע האט נישט 'געמאכט' קיין הלכות, ער האט 'מברר' געווען הלכות

איך בין פארטיג, מיט דעם ענין, איך האלט נישט אז היידפארק, איז געמאכט פארדעם

אז עס דרוקט דיר, שעלט אריין וויפיל דו קענסט, איך האף אז די וועסט בעסער פילן נאכדעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 19:00 לינק ישיר 

kj
הוא הדבר אשר דברתי, איך האב סה"כ געשריבען איין ווארט קעגען די סאטמארע טעאריע, און די שרייבסט שוין אז איך שעלט, איך האב עפעס געשאלטען? איך האב סה"כ ארויסגעברענגט אז איך האלט נישט אלעס ווי סאטמאר.

און אזוי גייט עס אין סאטמאר מיט אלעם, איינער וואס ברענגט נאר ארויס א ווארט קעגען עפעס וואס אין סאטמאר איז הייליג, איז ער שוין פין די וואס מורידין ולא מעלין.

און דאס וואס די זאגסט אז ציוניזים איז א ענין פין אמונה, אמונה? מאן דכר שמיה, אוואדאי האט ר' יואליש געזאגט אז עס איז ערגער פין אלע דריי חמורות, אלע קאלט פירערעס ברענגען ארויס אז זייערע שטותים זענען די הארבסטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 19:20 לינק ישיר 

בארא פארקער שרייבט:
נישט דאס איז דער נדון, דער נדון איז אז אין סאטמאר איז יעדע וואס גייט נישט מיט אין זייער שפאן איז א יורד גיהנם, ענדליך צו וואס די אראבער האלטען לגבי יעדע וואס גייט נישט אין זייער גלויבען. אזא ווארט איז דא פין סאטמאר רבי ר' יואליש, אז אפילו איינער איז צדיק גמור, טאמער איז ער א ציוני וועט דאס איבעוועגען אלע מעשים טובים. נישט אזוי? אין ערגעץ איז נישט דא אזא שיטה, ביי קיין שום אידעשע קהלה אדער חסידות, אדרבה אויב יא לאמיר הערען וועלכע

איך האב גע'ענטפערט אויף וואס די שרייבסט "טאמער איז ער א ציוני וועט דאס איבעוועגען אלע מעשים טובים", אויף דעם איז מיין פריערדיגע תגובה, אז ציונות, איז אן ענין פון אמונה, אויב ביזטו מחולק ביזטו נישט, "נישט קיין סאטמארער", די ביזט א "אינו יודע" און איך האלט נישט ביים מקיים זיין דעם "את פתח לו"

און לגבי דעם וואס די שרייבסט, "יעדע וואס גייט נישט מיט אין זייער שפאן איז א יורד גיהנם", אויך דעם גיי איך אינגאנצן נישט ענטפערן ווייל די אליין ענטפערסט, "אין ערגעץ איז נישט דא אזא שיטה, ביי קיין שום אידעשע קהלה אדער חסידות", דאס האסטו אוודאי געזאגט בדרך בתמי', ווייל אין סאטמאר, חוץ אמונה ודעות, אין אויף גארנישט דא קיין קפידא, ווי אין עניני אכילה, לבוש חסידות, אדרבה, סאטמארע איז די ליבעראלסטע,

עס איז נאר, לאכעדיג, פאר די סאטמארע, איצט די טעג, ווען די מדינה, בראש, פון דעם "היותר קרוב לדת" 'שרון', מאכט פון ענק שפאס, און כל מיני הטארעס, און עטס האלטס אן, הארץ שלנו, וכולי,

אדרבה, אפילו ווען זיי וועלן משתין זיין אויף ענק, זאגסט, סאיז נישט קיין .... וואסער, עס איז וואסער פון הייליג לאנד, פון אידישע נשמות, מען דארף יעדע זאך קוקן דעם חלק הטוב, נישט אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2004 18:56 לינק ישיר 

דערווייל האט קיינער נישט געענפערט. וועל איך מצטט זיין א שטיקעל פרי הארץ פונ'ם הייליק'ן ר' מענדעלע וויטעבסקער זצ"ל (סוף פרשת ואתחנן):
כלל דמלתא להמשיך רחמים על כל הברואים ואפילו על הרשעים כי מי יודע מה בלב של אדם או אולי הגיע בתשובתו בשעה א' מה שאין צדיק גמור יכול, ולא לקטרג על שום א', שכבר נטלה מאתנו החכמה והמדע לדון את האדם אפי' ע"פ שנים עדים, והשפעת שכל זה לא הי' רק בזמן הסנהדרין, וכ"ש בלא עדות וראיה אין זה כי אם גדול דעה ורב עלילות ומעשים טובים. ומקנה לה' צבאות אם רוצה לקנאות יקנא לעצמו בלבו כנ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 08:15 לינק ישיר 

קעי דזעי
דער אינו יודע ביסטו, ווען די וואלסט געהאט די מינדעסטע תשובה וואלסטו גענטפערט, נישט געדרייט מיט די נאז.

זעהר שיין, ביז ר' יואליש איז געקומען איז געווען פלענטי אנדערע קנאים, קיינער האט נישט געהאלטען אז ציונות איז אזוי הארב ווי דער סאטמאר רב, און מען מיז איינשטימען מיט א יעדער זאך וואס די מדינה טוט אויב איז מען יא א ציוני. און עטס סאטמארע מעגסט אביסעל קומען צום דעת אז דער רביס בליק איז קוים ארויס פין זיינע ד' אמות, און אוודאי האט ער נישט פאראויס געזעהן אלע פראבלעמען פין מדינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2004 17:32 לינק ישיר 

דאס ווארט 'קנאות' מיינט צו זאגן אז מ'היט אוף דעם ריכטגען דרך התורה זאל נישט פאלש ווערן, און מ'גייט מיט דעם אמת ביזן קצה הגבול אן קיין שום פשרה, אנקעגן די גאנצע וועלט.
א חלק פון קנאות אוז לוחם זיין מלחמת הדת אנקעגן די רשעים עוקרי הדת, און אויך אנקעגן די וואס גיין מיט זיי האנט ביי האנט.
דאס איז געווען די הייליגע דרך פונעם חת'ס ותלמידיו, דאס איז געווען די סימבאל פון מהרי'ח זאנענפעלד, און דאס איז געווען דער דרך חיים פון רביה'ק מסאטמאר.
היינט האט באקומען דער ווארט קנאות א'פאלשן פשט, היינט מיינט מען אז קנאות איז לוחם זיין אנקעגן ווער ס'גייט נישט און זיין וועג, דאס איז נישט קנאות, דאס איז השחתה מיט פאליטיק.
די מערכה אנקעגן גדול דורינו הגה'צ הרב שטיינמאן שליט'א וואס ווערט געפירט דורך אפאהר מושחתים פון ירושלים אן קיין שטיץ פון עיני העדה שליט'א, איז אריכטיגע דוגמא אוף די השחתה. רוב זאכן וואס מ'זאגט אויף איהם איז שקר גמור, אזוי ווי למשל די מעשה מיט דע 'נחל חרדי' וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און ס'האט גארנישט קיין שייכות צו הרב שטיינמאן, אדרבה, ער איז היינט דער איינציגער וואס איז מוסר נפשו כפשוטו אז יעדער בחור זאל לערנן נאר אין אהייליגע ישיבה אהן לימודים זרים, און צוליב דעם איז ער געפארן פאר דריי יאהר קיין פראנקרייך און חפץ ה' בידו הצליח מאכן דארט אגאנצע מהפכה וועגן דעם נושא. און איצטער אויך און די היסטארישע נסיעה קיין אמעריקא דער עיקר נושא איז געווען אנקעגן קאלעג', און ער האט שארף ארויס געגאנגען אנקעגן דעם, הן בבנים והן בחינוך הבנות. וואס דאס אלעס איז פונקט פארקערט פון דער מכלומרשטע ,נחל חרדי, וואס איז אפשוטע עלילת שקר, וואס איז אנגעקומען פון געוויסן פאליטישע אינטרעסן ביי דע ליטווישע וועלט נאכן הסתלקות פון הרב שך, וד'ל.
אוך האב שוין אסאך מאריך געווען אויף היינט, אבער דאס וייסט אז מיט א'בלאף פון קנאות, קענמען גראד אנקומען קיין השחתה.
די גרעסטע השחתה און דעם ליגט אז לו יהא און הרב שטיינמאן שליט'א איז ח'ו יא דער שטיצער פון דעם 'נחל', אבער דא ער איז דאך געקומען ,כדי צו מחזק זיין תורה און מרבה זיין כבוד שמים מיט כבוד התורה, איז פון וואו נעמטמען די העזה צו גיין מאכן 'הפגנות' אויף דעם.
דאס איז נישט קנאות, דאס איז רשעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דעם באגריף 'קנאות'...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext