בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער חילוק פון PC און MAC

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2004 22:55 לינק ישיר 

יוסעלע, אוודאי איז נישט דא קיין וויירוסעס פאר מעק. וויסט פארוואס? ווייל עס אינטערעסירט קיינעם נישט. די אלע וואס שרייבען וויירוסעס פרובירען צו אטאקירן דערמיט וואס א גרעסערער עולם. פי סי באנוצערס זענען ארום ניינציג פראצענט פון די מארקעט, נו פארוואס זאלן זיי אפילו אנפאנגן צו שרייבן א וויירוס פאר א רעלאטיווע קליינע עולם? גלייב מיר אז אויב די גאנצע וועלט וואלט דיר אויסגעהערט און אריבערגעגאנגען צו מעק, וואלסטו שוין געזעהן ווי גוט מעק איז, עס וואלט געווען פונקט אזוי סאך וויירוסעס.
ביי די וועי, אפשר זאגסטו מיר פארוואס מעק מאכט אלע זייערע פראדוקטן מיט אזא צודרייטע דיזיין? צו וואס ברויך איך אז דער מויז פון דעם קאמפיוטער זאל מיר אויסקוקען ווי מיין באבע'ס חנוכה פאנקען? די האנט מיינע טוט מיר פשוט וויי פון האלטן עס אזוי לאנג אויף דעם דוינאט/מויזל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2004 23:15 לינק ישיר 

וועם גייט אן וואס די סיבה איז, איך דארף נישט קיינער זל אריבער גיין, איך קען באשטיין אז מעק יוזערס זאל באשטיין נאר פון מיר מיט מיינע חברים, פאקט איז אז עס איז וויירוס פרי, און עס שפארט דיך אן אסאך קאפווייטאג.

קיינער וויל נישט שרייבען פאר מעק? טעות. קיינער קען נישט! עס וואלט געווען אסאך אינטערסאנטער צו שרייבן א וויירוס, אז די CIA צו NASA זאל האבן צו געדענקען, ס'איז אבער דא איין פראבלעים, מען קען נישט שרייבן, ווייל עס איז סעקיור, ליין דע ארטיקל וואס איך האב פריער געפאוסט.

אזוי פיל קען איך דיר יא זאגן אז פון צווישן 25.000.000 וואלטן זיך געטראפן גענוג מענטשן צו ברעכן די רעקארד און שרייבן א וויירוס, די אמת איז מען האט יא געשריבן אבער נאר פאר סיסטעם 9, פאר סיסטעם 10 זענען זיי געבליבן ביים שרייבן, יא זיי שרייבן נאך....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2004 23:21 לינק ישיר 

IRAQI4002, איך האלט אז פאר גראפיק איז אויך מער כדאי צו נוצען פי-סי, ווייל מ'נוצט אדאבי פראגראמען און זיי אפגרעידען עס אסאך פאר MAC.

און חוץ פון דעם פאר די פרייז פון א MAC קען מען האבען א פי-סי וואס ארבעט אסאך שנעלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2004 23:23 לינק ישיר 

צודרייטן דיזיין???

די וויסט וואס איך וועל דיר זאגן, א שאד מיין צייט, די עפל געוואונט א גאנצע צייט מעדאלס אין הונורס פאר זייער דיזיין, עס איז פון די שענסטע זאכן וואס די וועלט האט נאר געזעהן לאמיר אנהייבן:

איימעק: אלעס אריינגעבויט און א 2 איטשיגן דיספלעי:
גיב א קוק
http://www.apple.com/imac/

פאוערמעק:
יא א גרוסן באקס, קוק אריין אינעווייניגת עפן דיין אייגענע קאמפיוטער און גלייך צו:
http://www.apple.com/powermac/

אא"וו מיט די הערליכע דיספלעיס, אייפאדס, אימעקס, פאוערבוקס, אייבוקס.

איך ווייס נישט טאמער די ווייסט אבער ניינציג פראצענט פון מאווי און קאמפיוטער רילעיטעד עדס נוצען עפלס, יא זיי מעק אויס די עפל.

די איז צודרייטן דיזיין, אז ס'געפעלט דיך נישט די מאוס קויפ מייקראסאפטד "שטארק" מאוס וואס האלט זיך גענוי 2 חדשים:
http://www.hardmac.com/niouzcontenu.php?date=2004-11-09
די דריטע ארטיקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 12:13 לינק ישיר 

נאך און נאך קאמפאניס לאזן אפ מייקראסאפט.
עפל איז אופען סאורס.
http://www.hardmac.com/niouzcontenu.php?date=2004-11-18#3234



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 13:37 לינק ישיר 

...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 17:38 לינק ישיר 

כורמייזא! ווען קויפסטו דיין נייע מעק???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 17:52 לינק ישיר 

איך האב געהויבען הענט ווייל אלע קאמפאניס גייער אריבער צו מעק...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 17:56 לינק ישיר 

איך האב נישט געזאגט "אלע", אבער א שיין חלק יא!

סי. ען. ען. האט אויך וואס צו זאגן:
http://www.cnn.com/2004/TECH/internet/11/01/tangled.in.spyware.info.ap/index.html

יא די מעק האט א פאר קליינע חסרונות (טייערע פונטס, וכדו') די פיסי למעשה האט אפאר "גרויסע" חסרונות, סו די טשויס איז יורס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 18:00 לינק ישיר 

יוסעלע, אפשר זאגסטו מיר וועלכע בוך וואלט כדאי געווען צו לייענען אויב איינער האלט זיך ביים טויפן צום מעק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 18:15 לינק ישיר 

יא די מעק האט א פאר קליינע חסרונות (טייערע פונטס, וכדו') די פיסי למעשה האט אפאר "גרויסע" חסרונות,

ס'איז אזוי ווי איינער וואס שטייט ביים באן סטאנציע און זעט צוויי באנען איינס פארט ווי ער דארף אבער עס איז נישט געהעריג צוגעשטעלט קיין פלאץ צו זיצען און אויך עס איז זייער אלט און עס מאכט א הויכע רעש, און די צווייטע איז א הערליכע נייע באן מיט אלע באקוועמליכקייטן אבער עס פארט די פארקערטע ריכטונג. נו האט ער א טשויס?!

דאס זעלבע איז לגבי אז עס האט נישט די פראגראמען וואס איך דארף ווי צום ביישפיל 'תג'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 18:39 לינק ישיר 

צו מאכן א סך הכל פון דעם אשכול און פון דורכטון דעם נושא שטעלט זיך ארויס אזוי:

אויסצושטעלן ספרים אדער סתם צו האבן א קאמפיוטער זיך אביסל ארום צושפילן און שרייבען אידיש איז א Windows PC קאמפיוטער סך בעסער

פאר מער פארגעשריטען דיזיין פראגרעמס צו מאכן מער העווי ארבעט איז א Apple Mac מער צוגעפאסט

מייקראסאפט איז למעשה ביז XP/2000 געווען שטארק הינטערשטעליג אבער היינט צו טאגס איז די אפערעיטינג סיסטעם סך מער סטעבל און אפילו פרינטערס קענען זיך אויף דעם פארלאזן רואיג, מעק איז אויך נישט געווען 100 פראצענט ביז לעצטענס אבער זיי זענען געווען בעסער ווי ווינדאוס (ווער סאיז באקאנט ווייסט אז די גאנצע ווינדאוס געדאנק איז געגנבעט פון מעק) היינט איז מעקס נייע אפערעיטינג סיסטעם זייער שטארק פארגעשריטען און זיי האלטן דאס אין איין אפגרעידן, מייקראסאפט נייע אפעירעיטינג סיסטעם Longhorn גייט בקרוב ארויסקומן אין די נעקסטע 2 יאר

כמעט אלע פראגראמס ארבעטן שוין היינט אויף ביידע פלאטפארמעס, פאר אידיש קען מען זיך זייער גרינג א עצה געבן (אטענשאן: כורמיזא) וואס דאס איז אפשר די וויכטיגסטע זאך וואס כוויל דא ארויסברענגן

מייקראסאפט האט געמאכט א פראגראם וואס הייסט Virtual PC, מען אינסטאלירט דאס אויפן מעק און סווערט א געהעריגע פי סי! סלויפט דורך ווינדאוס און מקען דארט אינסטאלירן אלע ווינדאוס פראגראמס און פאנטס און דאס ניצען ווי א געהעריגע פי סי נאר מיט די וועלט בארימטע שנעלע מעק קאמפיוטערס, אזוי קען מען געניסן פון ביידע וועלטן - מעק און פי סי
http://www.microsoft.com/mac/products/virtualpc/virtualpc.aspx?pid=virtualpc

גייטס דא צו זען א קלארע דעמא
http://www.microsoft.com/mac/products/virtualpc/virtualpc.aspx?pid=vpcdemo



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 19:09 לינק ישיר 

משוגענער:
Macintosh the Naked Truth
ס'איז א פעסטער ביכל פון סקוט קעלבי


כורמיזא:
פאר תג ביסטו גערעכט, איך שוין פריער געשריבן, אבער דעטס איט!!!


זיידיאנטשי:
פאר דריקן ספרים ביסטו גערעכט. פאר סתם אזוי נוצעןל צו בראזען און א ביסל מיוזיק און ווארד, איז מעק אסאך בעסער, ווילך עס קומט מיט אלע נויטיגע סאפטועעהר וואס פיסי קומט נישט. ווי למשל:
אייטיונעס: מיוזיק קאלעקשאן (טראכט מידיא פלעיער)
אייפוטו: צו מסדר זיין בילדער, פרינטען קויפן בילדער קויפן געבינדענע ביכלעך, שערן מיט אנדערע מעקס, פאבלישן אנליין אלעס מיט "נאר" איין קליר. (טראכט ???)
איימאובי: מאך דיינע אייגענע ווידיאו,ס מיט די לעיטסט עפעקטס פון די דיגיטאלע קעמקארדער, איזי פיזי, נישט קייןם גוזמא (טראכט אדובי פרעמיער)
איידיווידי: מאכן פון דיינע ווידיאוס בילדער מיט מיוזיק דיווידי'ס מיט איין קליק (טראכט ????)
גאראזש בענד: קאמפאוז דיינע אייגענע טרעקס (טראכט לאזשיק בעסיק)

אייסינק: סינקראנייז דיין סעלל, לעפטאפ, קאמפיוטער ביים ארבעט, אייפאד דורך בלוטוט מיט איין קליק, אלע קאנטאקטס אגענגע און נאך (טראכט ???)

ועוד

אלעס בחינם אין כסף, פרעג איך דיר וואס שטעלט פיסי צו? יא ענטי ווירוס ענט ענטי, עפעס לייטיש קאסט געלט' הא! יעדע איינער האט היינט א דיגיטאלע קעמערע פוסטו קויפו סאפוועהר, קעמקארדא, קויפן נאך סאפטוועהר וכו' נא מעק איז אלעס בחינם, סא! קאסט אביסל די פונטס, מען גלייכט זיך אויס מיט א רעשט.

וויםיסי, איז געמאכט דורך קאנעקטיקס, מייקרוץ האט זיי אפגעקויפט (וואס האבו זיי שוין יא געמאכט כמעט אלעס איז אפגעקויפט, און פארקריפלעד)

בכ"ר

יאסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 19:19 לינק ישיר 

יוסל, איך זיך נישט א בוך וואס זאל מיר מסביר זיין פארוואס מעק איז בעסער. איך דארף עס זאל מיר אויסלערנען ווי אזוי א מעק ארבעט, זינט איך האב כמעט נישט גענוצט א מעק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 19:21 לינק ישיר 

ס'איז אזוי ווי איינער וואס שטייט ביים באן סטאנציע און זעט צוויי באנען איינס פארט ווי ער דארף אבער עס איז נישט געהעריג צוגעשטעלט קיין פלאץ צו זיצען און אויך עס איז זייער אלט און עס מאכט א הויכע רעש, און די צווייטע איז א הערליכע נייע באן מיט אלע באקוועמליכקייטן אבער עס פארט די פארקערטע ריכטונג. נו האט ער א טשויס?!

נישט ממש אזוי: ס'איז אזוי ווי איינער וואס שטייט ביים סטאנציע און זעהט צוויי באנען איינס וועט סטאפן ביי יעדע סטאנציע וועט מסתמא קראכן עטליכע מאל אינמיטן וועג, עסן קאסט געלט, טרינקען קאסט געלט, אבער די טיקעט איז צעהן פראצענט ביליגער. די אנדערע איז עקספרעסס, בחנם עסן בחנם טרינקען אביסעלע באקוועמער, "אהער" עס קאסט מיט צעהן פראצענט מעהר.
יו מעיק יור טשויס, מיין איז מעיד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער חילוק פון PC און MAC
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.