בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער חילוק פון PC און MAC

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2004 19:26 לינק ישיר 

גלייב מיר די דארפסט נישט א ביך!

ווען איך האב געקויפט מיין ערשטע מאק אב איך מיעך געקויפט די ביכל "מעק פור דאמיס" איך האב עס ניטאמאל געליינט ס'ליגט ביי מיר אין שאנק נישט געליינטער הייט.

מען דארף זיך אביסל צוגעוויינען, קענסט גיין צו עני עפל סטור (איין הערליכע באקנטע איז דא אין סוהו אין ניו יארק) אין שפיל דיך ארום מיט וואס די ווילסטו פאר ווי לאנג די ווילסט, עס איז בעסער ווי א ביכל.

אז די ווילסט דייקא יא א ביכל איז דא גענוג אין עני קאמפיוטער סטור קוק אויס פאר "Mac OSX" עס האלט יעצט ביי סיסטעם 10.3 קויפ נישט עלטערס ווייל יעדער אפדעיט אי ז א חילוק ווי פון ווינדאוןס 98 צו עקסי פי, מילא 10.2 איז נאר 50% גוט פאר א היינטיגע מעק.
עפל אפדעיט די סיסטעם בערך יעדע 15 חדשים. (חוץ די קליינע אפדעיטס פון יעדע פאר וואכן).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 19:38 לינק ישיר 

אגב, האב איך נישט ליב XP, איך נוץ דייקא 98SE



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 19:52 לינק ישיר 

Whoua!!... You are way out of date
:-)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 21:32 לינק ישיר 

יוסעלע
iTunes קען מען אויך האבן פאר פי סי בחינם
סאיז די בעסטע אין די וועלט! כניץ דאס יעדן טאג און סהאלט הערליך אין ארדענונג מיין ריזיגע מוזיק לייברערי
http://www.apple.com/itunes/download/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2004 21:56 לינק ישיר 

אן הכי נמי!
אבער ווי געפעלט צו נעמען דיינע פיקטשורס פון "אייפוטו" אין "איימאובוו" מאכ דארט א "קען-ברוירנס" עפעקט (זום ענד פען), לייג צו א ניגון פון "אייטיונעס", א שרייב דערפון א די.ווי.די. סלייד שאו מיט "איידיווידי" מיט ממש געציילטע פשוטע קליקס!
אייטיונעס איז נאר א פערטל (פינפטל) פון איילייף 04, אז די זאגסט ווי שטארק די האסט ליב אייטיומעס, האסט נישט קיין מושג וואס די פארפאסט ווי לאנג די האסט נישט די רעשט:
איימאוווי
אייפוטו
איידיווידי

די סימפליסיטי איז מורא'דיג.

דא איז א לינק וואס איז געמאכט מיט יאהרן צוריק
http://asp.cis.pitt.edu/mov/shootout.mov



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2004 23:30 לינק ישיר 

יוסעלע, מבחינתי איז די דיסקאשען שוין געשלאסען אז ביז אהער האסטו מיר נישט משכנע געווען גלייב איך נישט אז דו האסט נאך זאכען וואס מוסף צו זיין אז איך זאל ווערן משוכנע...

אז עס וועט ארויס קומען א מעק פון 4 GHZ און פי-סי וועט בלייבען שטיין ביי 3.4 GHZ און איך וועל האלטען ביים קויפן א נייע קאמפיוטער וועל איך אפשר טראכטען פון מעק

איין זאך וואלט איך יא געוואלט פארשטיין (איך האב דיר עס שוין אויבען געפרעגט) פארוואס טאקע אז עס איז אזוי גוט גייען נישט אריבער די 90% פראצענט פון די וועלט וואס האבען פי-סי צו מעק?

תוקן על ידי - כורמיזא - 18/11/2004 23:36:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 00:52 לינק ישיר 

ווייל ווינדאוס און פיסי איז מער פאפולער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 01:02 לינק ישיר 

און איך וועל האלטען ביים קויפן א נייע GHZ 3.4 און פי-סי וועט בלייבען שטיין ביי GHZ 4אז עס וועט ארויס קומען א מעק פון קאמפיוטער וועל איך אפשר טראכטען פון מעק

1. איז די פראלעם יידישע פונטס?
איז די פראבלעים תג?
איז די פראבלעים -אה א פרישע חידוש. זעהט זיך אויס אז די אנדערע פרעבליעם זענען שוין נישט אקטיוו- גיאהערטז.

2. עפל וועט האבן 4גהז. פאר אינטעל, ווייל אינטעל האט אנאונסעד אז זיי וועלן קיינמל נישט דערגייכן 4 גיגאהערטז.
דעמאלטס וועסטו יא טראכטן וועגן קויפן א מעק, הא?
וואס וועט זיין מייט די "טייערע" פונטס?
וואס וועט זיין מיט תג?

אלא מאי, ס'איז נישט מער ווי עפעס אן אנדערע סיבה, נישט פונטס, נישט תג, און באלד וועט מען געוואויר ווערן אז ס'איז אויך נישט די גיגאהערטז.
נא גאו אן, וואס ערט דיך אזוי שטארק???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 02:24 לינק ישיר 

כורמיזא לעבן כדי קלאר צומאכן די פארמישעניש וויל איך אדורך גיין אלע דיינע קשיות, און זיי ענטפערן איינס ביי איינס:

1.אמאל פלעגט זיין אז יעדער וואס פלעגט האבען א מעק איז געווען א FAN פון מעק פאר וועלכע סיבה די האסט נאר נישט געוואלט.
----- א FAN פון "עפל" נישט נאר א מאהל היינט אויך!

2. מיקרוסופט איז דערגאנגען דעם סוד, אז מעק איז געמאכט אויסגעשטעלט אויף א ספָארטי אופן האבען זיי נאכגעמאכט פארשטידענע אויסשטעלינגען און וואונדער איבער וואונדער די מעק יוסערס זענען געקומען אין . PCדי מאסען צו נוצען.
----- זייט ווען איז ווינדאוס ספארטי??? ווען האבן מעק יוזערס אנגהויבן צו גיין איד מאסן.....????? האסט עס יעצט אויפן פלאץ אויסגעטראכט!

3. א יעדער זאגט אז פאר גרעפיק מוז מען נוצען MAC, אי עס אמת?
----- ניין!

4. אמאל פלעגט זיין אויף מעק בעסערע פראגראמען פאר גרעפיק איז עס געווען אמת היינט צו טאג נוצט מען אדובי פראגראמען ביי ביידע ממילא מיט די זאך איז נישט קיין חילוק.
----- היינט אין פיטשורס איז כמעט נישט דא קיין חילוק, חוץ אפאר מעלות (ס"ה קלייניקהייטן) וואס איז נאר שייך ביי מעק וועגן די סיסטעם איטערפעיס.

5. פארקערט לעצטנס טוט אדובי אובגרעדען זייערע פי סי פראגראמען אסאך שנעלער און נאר דערנאך די מעק.
----- שקר! עס קומט ארויס אינעם זעלבן טאג עס ווערט אנאונסעד צוזאמען!

6. איז די אדובי פראגראמען מער סטאביל אין מעק ווי אין פי סי? ביי מיר קרעשט גאנץ אפט די מעק סיסטעם ווען איך נוץ פוטושאפ און איך רעסטאר און געענדיגט.
----- מאק איז בכלל מער סטאביל, טאמער נישט איז דיינן מעק קראנק, עס דארף עקסטרע באהאנדלונג. (איך האב נישט געוואוסט אז די האסט א מעק?).

7. אלטץ וועלכע זאך וואסלטו יא ממליץ געווען צו נוצען מעק?
----- וועל איך באלד אויסרעכענען.

8. י הארדווער פון פי-סי איז אסאך ביליגער און מ'ערלאבט זיך אסאך בעסערע קאמפיוטערס און מער 1 מעגעהערץ און מעמארי. איך נוץ לעצטענס גאנץ אסאך מיין פי-סי פשוט ווייל עס איז אסאך שנעלער (די מעק 1.8 פון מעק איז שנעלער ווי די פי-סי 700) זאל מיר קיינער נישט איינרעדען אז די 1.8 און די פי-סי 700איז א חוץ אויב עס איז אויווער לוידעט מיט סאפטווער.
---- הארדווער פאר מעק איז פונקט אזוי פאר פיסי. אין פאקט א הארד דרייו, רעם, פיסיאיי קארד וכו' וכו' פאר פיסי ארבעט פאר מעק אויך, חוץ גרעפיק קארדס, וואס איז אביסל טייערע. א G4 טשיפ איז צוויי מאהל אזוי שנעל פון אן אינטעל, עס איז נישט קיין חידוש ווייל א  AMD פראסעסאר איז אויך אנדערהאלב מאל אזוי שנעל פון א פענטיום, און נאכמער א איטעל M פראסעסאר איז אויף איינאהאלב מאהל אזוי שנעל פון א פענטיום, איז ממילא גיגאהרטז נישט קיין סיבה פאר שנעלקייט.

9. אויף פי-סי איז דא אסאך א גרעסערע אויסוואל פון יודישע סאווטווער און אויך עס קאסט נישט אזוי טייער,2 און דאס זעלבע איז לגבי פאנטס. און חוץ פון דעם רוב עולם נוצט דאס און א יעדע מאל וואס מ'באקומט א פייל פון איינעם הייבט זיך אן א גאנצע מעשה מיט'ן קאנווערטען.
----- פאנטס וואס ארבעט פאר פיסי ארבעט פאר מעק, חוץ די גאר אלטע דאגעש פאנטס, די זעלבע סאפטוועהר איז נישטא, אבער עס איז דא אנדערע סאפטוועהר וואס פיסי האט נישט, איינס בעלענסעד פאן צווייטן. אז די ווילסט שרייב א ליסט און איך וועל דיר זאגן וואס איז equivalent ביי מעק.

10. ווען עס קומט צו ספרי קודש איז אפגערעדט, עס איז דא די פאר נארישע פראגראמען ווי רעדי-סעט-גוי 3 און נייסעס וואס כדי צו מאכען א ספר דארף מען משקיע זיין שעות ע"ג שעות וואס ביי פי-סי קען מען מאכען ספרים אויף א גוטע פאר פראגראמען און אויף א גרינגען אופן. עס איז אפשר דא איינער וואס מאכט ספרים אויף מעק 'המעתיק', און מ'דערקענט עס טאקע אין זיינע ספרים...
----- דארף מען בעטן תג צו דיוועלאפן פאר מעק, ביי דעם פרט קענסטו נוצען VPC.

11. איין זאך דארף מען קודם קלאר מאכען אז GHZ איז די זעלבע זאך סיי ביי PC און סיי ביי MAC, די חילוק איז נאר אויב די קאמפיוטער ניצט ריסארסעס פאר אנדערע זאכען למשל ווינדאויס קאנטראלירט מער זאכען ווי מעק אוטומאטיש ארבעט עס שטייטער.
---- אינטערסאנט אז ביי פיסי אליינס איז נישט אזוי ווי איך האב פריער געשריבן א AMD 1.8GHZמיט א אינטעל M 1.6 GHZ מיט א פענטין 4 2.8GHZ זענען די זעלבע שנעל אין די זעלבע שנעל וועט זיי א מעק מיט א G4 1.4GHZ. די ריסאורסעס געשפעט איז בעלאוני.

12. און דאס וואס דו שרייבסט אז G5 איז שנעלער איז מגוחך אדער פשוט דו פארדרייסט די מציאות ביודעין...
---- ווייסטו וואס לאמיר טעסטן מיין קאמפיוטער קעגן דיינס (אויב ביסט איטערסירט שרייב צוריק אין מיר וועלן פאוסטן די ריזאלטס).

13. אין עקס-פי דארף מען כמעט גארנישט וויסען כדי עס צונוצען
---- ווי סימפל איז עס שיקן א פייל צופרינטען פון דיין וויערלעס לעפטאפ אין דיינונגרום צו די פרינטער פון דיין קאמפיוטער אויבן אישלאף ציממער (אין מעק גארנישט ווייל דיין לעפטאפ זעהט אוטומאטיש אלע פרינטערס אן צו אינסטאלן זיכן טשעקן דרייווערס געשפטן) ווי סימפל איז צו הערן די מיוזיק פון די דעסקטאפ אוף דיין לעפטאפ?

14. ביי מיר קען איך זאגען אז מיין קאמפיוטער קרעשט אפשר איינמאל א חודש וואס איך זאל דארפען רעסטארען (אז די פראגרעם זאל אויף איינמאל און עס 6 מאל א וואך) איך נוץ פוטושאפ אינדעזייען אילעסטרעטער אקראבאט2ווערען סטיף מאכט זיך מסתמא ארבעט א מחיה.
ביי מיין חבר וואס האט א מעק פריזט עס יעדען טאג לפחות איין מאל און רעסטארען דארף ער לפחות דריי מאל א וואך (ווען ער נוצט די אלע אויבנדערמאנטע פראגראמען פון אדאבי אויף איינמאל).
--- איך מיין אז דיין קאמפיוטער האט אן אווערדאוז פון דראגס, אין די מעק איז חרוב קראנק

15.דאס ווייס איך נישט, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיין וויירעס איך נוץ מקאפי אנטי ווירוס.
----- א מעק דארף מקאפי אויכעט נישט

16. איך ווייס נישט וועלכע סיסטעמס די קאמפאניס וואס דו רעכנסט אויס נוצען, איך גלייב אז זיי נוצען אייגענע אפערעיטינג סיסטעמס.
---- קענסט גלייבן וואס די ווילסט אבער די פאקט טוישט זיך נישט, ליידער נוצען זיי מעק.
איך האב פארגעסן צו שרייבן נאך א קאמפאני וואס נוצט מעק! הער גוט עס הייסט מייקראסאפט, זייערע ניי עקסבאקס איז א G5טשיפ האבו זיי געשיקט צו זייערע דיוועלאפערס די עקסבאקס סאפטוועהר אויף א מעק!!!!!ֿ

17. עס קען זיין אז אמאל פלעגט ארויס קומען ערשט פראגראמען אויף מעק, אבער די צייטן האבען זיך געטוישט און היינט צו טאג קומט אלעס ערשט ארויס אויף פי-סי.
----- אלעס וואלט איך נישט געזאגט.

18. B&H פלעגט נוצען מעק און אוי ווי זיי האבען געדארפט א איי טי מענעדזער ביז זיי האבען ענדליך געדראפט די מעק און זיי האבען B&H לעצטענס אריבער געסוויטשט צו פי-סי.
---- איך קען מיך נישט אויס אין זייערע אינערליכע פראבלעימן.

19.מיין פי-סי קאסט מיר גארנישט דארכ'ן יאר אויסצוהאלטען. פארשטייט זיך אז עס איז דא א ביליגע אפגרעד קויף איך עס (איינמאל א יאר בערך) און דאס איז א וודאי ביליגער ווי מעק.
--- האסט פארגעסן אויס צורעכענען די סאפטוועהר וואס די דארפסט קויפן וויייל עס קומט בחינם אויף מעק אדער מעק דארף עס נישט? די דורךשניטליכע לעבן פון א פיסי איז 3 יאהר (איך יור לאקי) א מעק איז בערך 4 יאהר.

20. מעקס האלט זיך לענגער און בעסער.
----סטאטיסטיק, האסט א מאל געהערט פון דעם???

21.מאכן ווייניגער פראבלעימען,
---- לאמיר דיך דערמאנען א קאמבינעישן וואס מעק האט נישט Ctrl + Alt + Delete.

22. אז פאר איינער וואס וויל דעזיינען אין היברו אדער מאכען ספרים איז אסאך נארמאלער צו נוצען פי-סי סיי אלטץ עס איז דא א גרעסערע אויסוואהל פון אותיות און פון פראגראמען און סיי אז די הארדווער ווערען שנעלער אפדעיטעט און עס ארבעט שנעלער און עס איז אסאך ביליגער.
----- דיזיין ביסטו נישט גערעכט ספרים יא.

23. איך העיט מייקראסאפט פראגראמס און איך נוץ עס טאקע נישט אחוץ די אפערעיטינג סיסטעם עקס-פי וואס דאס איז א גוטע אפערעיטינג סיסטעם און עס דינט מיר א מחיה.
---- OSX וואלט געווען פאר די נאך בעסער ווי א מחיה

24.צו זאגען אז MHZ האט נישט מיט שנעלקייט איז אזוי ווי מזאגט אז MB האט נישט מיט קיין סטארידז ספעיס....
---- אוודאי האט עס צו טוען מיט שנעלקייט אבער עס איז נישט מחליט די פיינעל שנעלקייט קענסט האבל אפאר באטעלנעקס.

25. צום פינטל: לגבי די צוועקען וואס רוב פון אונזער עולם דארף דעם קאמפיוטער איז נישט קיין ספק אז פי-סי איז נארמאלער
---- איין צוועק איז פיסי בעסער איז דרוקן ספרים טאמער דרוקט איר נישט ספרים, איז מעק בעסער. בדוק ומנוסה

26. איטערסאנט עפל האט געהאט א סוויטש קאמפעין, האט מייקראסאפט פראבירט נאכצומאכן, און האבן אויפגעהערט א וואך דערויף... פארוואס??? ווייל זיי האבען שערס אין מעק..
---- ווייל זיי האבן געריבן שקר אויף זייער סייט, די בילד פון דער מענטש אויף זייער סייט איז געווען א מאדעל פון א סטאק אימעדש, אינדערצייט וואס עפל האט פובליצירט אמתע מעשות.

27. אויף יעדער פאוער מעק/בוק, אויף פיסי מאן דכר שמיה... אינטערסאנט!!!800פייערוויער
אויף פי-סי איז דא אנדערע הארדווער און סאפטווער פאר דעם
---- ניין עס איז נישטא די שנעלסטע איז יו. עס. בי 2 וואס האלב די ספיד


28. די עכטע סיבה איז פשוט ווייל עס איז טייער און מ'קען באקומען אסאך בעסערס פאר העלפט די פרייז.
---- העלפט די פרייז יא. בעסערס נישט.

29. און אויך עס איז לימיטיד מיט היברו סאפטווער.
--- שרייב מיר וואס פעלט דיך.

30. איך נוץ אינדיזייען אילוסטרעיטער מיט געהעריג היברו אזוי ווי אלע אנדערע היברו פראגראמען מיט פשוטע ווינדאוס פאנטס.
--- אדער נוצטו ADOBE MEוואס איז אויך דא פאר מעק פונקט ווי פאר פיסי, ווייל די רעגולאר אדובי אפפס. ארבעט נישט יידיש, דריי מיר נישט קיין קאפ.

31. איך נוץ דעם פראגראם 'תג' פאר ספרים, ס'איז נישטא נאך א פראגראם וואס שטעלט אזוי גוט און גרינג אויס ספרים.
---- גערעכט

32. וועלכע קאסטאמייזד פראגראם איך האב נאר געוואלט האבען האב איך גלייך געהאט קאנסאלטענטס וואס האבען דאס געקענט מאכען און פארשטייען צו יידיש, (איך מיין אז עס איז דא זייער ווייניג וואס קענען פראגראמען אין מעק).
---- מעק איז מער יידיש פרינדלי ווי ווינדאוס, ווייל עס איז באזירט אויף יוניקאוד.

33. וייל עס איז דא אזא גרויסע מארקעט קען איך מיר זייער שנעל אן עצה געבען מיט וואס איך דארף נאר האבען צו ס'איז פאנטס 2 אדער פראגראמען (און עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון פראגראמען וואס ארבעט אויך אויף היברו פאר אומזיסט).
----- גנב'ענן קען איך אויך.

34. , איך האלט אז פאר גראפיק איז אויך מער כדאי צו נוצען פי-סי, ווייל מ'נוצט אדאבי פראגראמען און זיי אפגרעידען עס IRAQI4002 . MACאסאך פאר
--- מיט זאגן ליגענד וועסטו נישט געוואונען דא, עס קומט ארויס די זעלבע צייט.

35. און חוץ פון דעם פאר די פרייז פון א MAC קען מען האבען א פי-סי וואס ארבעט אסאך שנעלער.
---- א פיסי וואס קאפיטען א מעק פון $2500 הייסט א ווארקסטעישאן און קאסט $4500 ארויף, לפני עור לא תתן מכשול.

פיסי'ס מעלות:
- תג ארבעט גוט!

פיסי' חסרונות:
- עס האט ווירוסעס
- עס האט ספייועהר
- עס קראכט
- עס שטארבט יונג

מעקס מעלות:
- עס איז וויירוס פראף
- עס איז ספייוועהר פראף
- האט אן אריכות ימים
- עס קראכט כמעט ווי נישט
- עס איז א שיין
- לייכט צום נוצען (עכ"פ אסאך לייכער ווי ווינדאוס)

מעקס: חסרונות: תג ארבעט נאר מיט VPC

א מעק קומט מיט די פאלגענדע סאפטוועהר בחנם
- איי לייף 04
- אייטיונעס, א מיוזיק מענעדשער
- אייפוטו, א פוטו לייברערי
- איימאווי מאך דיין אייגענע ווידיאוס
- איידיווי שרייב דיינע דיווידיס
- גערזש בענד מאך דיינע אייגענע מיוזיק טרעקס
- אייסינק, האלט דיין סעלל לעפטאפ אלע דיינע קאמפיוטערס פאלם'ס אין אייפאד אפטו דעיט מיט דיינע קאנטאקס אין אגענדע.


ווינדאוס קומט מיט די פאלגענדע סאפטוועהר
- אייטיונעס דארפסט עס דאונלאודן
- אן אייפוטו ענליכס איז נישטא צו באקומען פאר ווינדאוס
- אדובי פרעמיער קאסט געלט
- א דיווידי סאפטוועהר קאסט אויך געלט
- מאכן טרעקס פראגראם קאסט נאך געלט
- אייסינק איז נישטא פאר ווינדאוס

"אבער" מען דארף צו קויפן "נאך פראגראם" יא מען מוז כדי צו האלטן דיין קאמפיוטער געזונט.

-אנטי וויירוס
- אנטי ספיוועהר
- פאפאפ בלאקער
- פייערוואל
- סעקיוריטי סאפטוועהר

איטערשטע שורה זאג מיר כורמייזא לעבן "איין" סיבה פאר יעדע נארמאלע בריאה וואס זוכט ווייניגער קאפוויטאג זאל נישט קויפן א מעק.

יא! תג! יא גוט מי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 02:46 לינק ישיר 

Yusel, you would not believe it but I'm writing this post from a... Mac. Yea, I'm at the store right now. Man, I'm not used to that at all. In order to write my name here on hydepark, I had to copy some letters off the page itself... Man, it's crazy. I'm going home! When I wanted to copy, I kept on pressing CTRL + C, but it wasn't working until I figured out that I need to press another button (it's got a little apple logo on it, whatever). Anyway, I cannot say that it's bad, because it's just that I'm not used to this thing. I really don't like the keyboard and the mouse, it drives me nuts. I use a program called Safari to browse this page. Man, it's different! (BTW, why is it that the icon for Microsoft PowerPoint looks like a Keef and Word like a Shean?...)
I should take this machine home and test it for a while..., but it's got a nice price tag on it...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 02:59 לינק ישיר 

BTW, the icon for Excel? Looks like an Alef,Mef, mmash Gevaldig! Who said that this thing does not support Yiddish???....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 11:31 לינק ישיר 

יוסעלע, די מטרה פון די אשכול איז געווען אז מ'זאל וויסען וואס צו טוהן, און ווי מער מ'שרייבט ווערט מען מער צומישט ממילא האלט איך נישט אז עס האט א טעם ממשיך צו זיין די דיסקאשען.

די קענסט דיך נישט אויס מיט XP אפערעיטינג סיסטעם, למשל די האלטסט אין איין איבער חזר'ן וועגען פאפ-אפס און אנדערע סעקיורעטי פראבלעמען כאילו מ'דארף צו קויפען סאפטווער עס צו פראטעקטען אין די צייט וואס XP האט בלאקס פאר פאפ אפס און אנדערע העקינג פראבלעמען (די איינציגע אמת'ע עקסטערע סאפטווער איז אנטי וויירעס), און חוץ פון דעם איז XP סמוד ענד סטעיבעל.

אויב איינער וויל וויסען וואס איז ריכטיג צו טוהן, זאל ער גיין אויף אביעקטיווע סייטס וואס האבען געטעסט און קאמפערט. (איינער וואס פארקויפט נאר מעק איז אלע מאל א FAN און פארשטייט זיך סאביעקטיוו)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 12:24 לינק ישיר 

משוגענער

מען דארף פשוט ענעיבלען יידיש אין די אינטערנעשיאנעל פענעל אין קאנטראל פענעל.

לאמיר דיך זאגן פרעגן איין זאך כורמיזא:
די האסט פאר די אן ארגינעלע זאך אן א נאכגעמאכטע זאך, וועלכע וואסטו געקויפט?
יא וועלכע פיעטשור ס'איד דא היינט אויף מעק וועט ווינדאוס האבן לעתיד לבא.

איך מיין מען זאל עפענען דא א אשכול מט הילף פאר מעק סוויטשערס, איך ס"ה דריי יאהר עקספיריענס מיט מעק, אבער איך פארשטיי עס בעסער ווי ווינדאוס, נאך 7 יאהר עקספעריענס.

BTW איך האב אויך געהאט עקספי, און איך ווייס ווי עס קוקט אויס (פאר די סערוויס פעקס).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 12:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די כמו פא איז א e עס שטייט פאר Entourage מייקראסאפט אימעיל אפפ.
די כמו אלף איז א x פאר eXcel.
די כמו קוף איז א p פאר Powerpoint.
די כמו שין איז א w פאר Word.
Accessאיז ניטא פאר מעק ווייל מען בעיקר אויף מעק FileMaker וואס איז נער powerfull.

די האבטו א בילד פון מיין dock



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 12:40 לינק ישיר 

מצורף קובץ

וועגן יידיש אויף א מעק. טוה אזוי:

קליק די עפל (אויבן לינקס)
סעלעקט System Prefrences
קליק International
קליק Input Menu
סקרןל אראפ און סעלעקט היברו
וועסט זעהן רעטכס פון אויבן אן אמעריקאנער פאהן, דארטן קענסטו עס טוישן צו א מגן דוד'ל (יא אפשר א סאטמארער זאל נישט קויפן א מעק פאר די סיבה)

די קיבאורד שארטקוט צו טוישן די שפראך איז Command (Apple key) + Spacebar





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער חילוק פון PC און MAC
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.