|
|
| נשלח ב-19/11/2004 13:20 |
|
| |
ס'איז אמת אז די סערוויס פעק2 דאס האט פארבעסערט די סעקיורעטי מיט די פאפ-אפ'ס, מיך גייט באמת נישט אן וועמענס איידיע עס איז צו מעק אדער מייקראספט צו ס'איז נאך געמאכט, איך קוק די באטטעם ליין ס'איז גוט זיי האבען גענוג א גרויסע סטעף צו פיקסען און אבגרעדען, זיי האבען קאמפעטישען און זיי וועלען זיך מוזען צושטעלען, דאס אלעס איז ביי מיר א סיבה אז איך זאל גיין פאר עס.
איך וועל דיר זאגען נאך מער, איך פלעג נאך ארבעטען אויף DOS, דעמאלטס האב איך געטראכט צו סוויטשען צו מעק און עס איז געווען גענוג סיבות פאר דעם, נאר עס האט געהייסען אז איי בי עם גייט ארויס געבען אן אפרעיטינג סיסטעם OS2 WARP וואס גייט זיין אזוי ווי מעק וועגען דעם האב איך צו געווארט, למעשה איז ארויס געקומען דעמאלטס אן אפגרעיד פאר ווינדאוס WIN 3.11 וואס האט מיר זייער גוט געדינט, די איינציגע אמת'ע פראבלעם איז געווען אז די אדאבי פראגראמען זענען געווען אסאך בעסער אויף מעק און איך האב נישט גענוצט קיין העווי פראגראמען במילא האט דאס נישט געקרעשט.
נאכדעם האט מייקראסאפט ארויס געגעבען WIN95 וואס איז געווען א גרויסע סוקסעס אין יענע צייט און דעמאלטס ערשט האבען די יונעווערסעטיס אנגהויבען צו סוויטשען צו PC.
מיין קאמפיוטער פלעגט ווערען סטיף מסתמא 6 מאל א טאג און איך האב שוין געוואלט דראפען די סיסטעם און אריבער צו RAD HAT וואס האט געהאאט דעמאלטס היברו און עס האט געקענט ארבעטען אויף א PC סיסטעם.
עס איז ארויס געקומען א שטיק צייט נאכדעם די די סעקאנד עדישען וואס האט שוין ווייניגער געקרעשט, און איך האב זיך אויך אויסגעלערנט זיך אן עצה צו געבען בעסער.
איך האב געסוויטשט צו XP מסתם פאר א יאר צוריק און איך בין זיך ממש מחיה דערמיט עס פריזט ממש נישט, זייט איך האב געעפנט דעם אשכול איז מיין קאמפיוטער אפען נאן סטאפ איך האב געאפלאוד עפעס דארעך די גאנצע נאכט און איך האב געארבעט מיט העווי פראגראמס צוזאמען און עס ארבעט א מחיה עס איז קיין איין מאל נישט סטיף געווארען א פראגראם.
סתם א זייטיגע שאלה: מיט וועלכע פראגראם עקספלארסטו די נעט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 14:27 |
|
| |
כורמיזא שרייבט:
איך האב פארגעסען דיר צו שרייבען אז בעצם האב איך געעפענט דעם אשכול נאר ווייל איך האב געזען אז אין יעדע געלעגנהייט טיסטו פאדערען אז די עולם זאל אריבער צו מעק,
איך לאז נאר וויסן פאר די וואס האבן פראבלעימען מיט ווינדאוס, אז ווען זיי וואלטן געהאט א מעק וואלטן זיי נישט געהאט די פראבלעים.
אלס איינער וואס האט געהאט עקספיריענס פון ביידע וועלטן, האלט איך אז א מעק איז מער געוואונטשן פאר רעגולאר נוצער.
תוקן על ידי - יוסעלע - 19/11/2004 14:44:30
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 19:36 |
|
| |
יוסעלע, ווי אזוי מאכט מען א פרינט-סקרין אויף מעק?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2004 20:09 |
|
| |
Command (Apple Key) + Shift + 3 for the whole screen
Command + Shift + 4 for part of screen
Command + Shift + 4, and then the spacebar it will capture the application you select with the camera
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2004 19:33 |
|
| |
מצורף קובץאיך האב געמיינט אז איך בין אן עפל פען, אין לונדון האט זיך די וואך אויסגעוויזן אז נישט ממש.
עפל האט די שבת 10:00 אינדערפריא גע'עפנט זייערע ערשטע פלעגשיפ סטור אין אירופא, ווי זייערע מנהג איז צו פארקויפן א לימיטעד אמאונט פון lucky בעגס, עס האט געקאסט 249 פונט אין יעדע בעג איז געווען א שוויות פון ווייניגסטענס 700 פונט. הערט (קוקט) אייך צו וואס מיינט אן עפל פען: דאנערשטיג אוונט (צוויי נעכט פריער) האט מען שוין אנגעהויבן צו קיוען, מען איז געשלאפן אויף די גאס ווער מיט א טענט איןווער נישט, ביינאכט איז געווען א שטורעם וועטער 36 דיגריס, פרייטיג איז די ליין געוואקסן, זעהט זיך אויס אז זיי האבן געפראוועט די שבת'דיגע סעודה מיט פיצא'ס וכו'. שבת אינדערפריא האלב נאך ניין האט די ליין געציילט בערך 1100 (טויזנט הונדערט, ניין נישט הונדערט טויזנט) מענטשן.
איינער פון די סטעף האט זיך געשוירן די האר אין געלאזט האר אין די שעיפ פון אן עפל!
כמה לינקס:
די געשעפט
http://www.apple.com/uk/retail/regentstreet/gallery/
http://www.ifoapplestore.com/stores/regent_street/photo1/index.html
ביינאכט אויפן ליל שימורים
http://www.apple.com/uk/retail/regentstreet/gallery/grandopening.html
http://www.ifoapplestore.com/stores/regent_street/photo2/index.html
איך בין היינט דארט געווען, ס'איז געווען געפאקט, זיכער דריי הונדערט מענטשען עקסקלודינג די 140 פון די סטעף.

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 04:24 |
|
| |
אזא מין שווערע וויכוח דא אשכול,
בקיצור כרגע איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז מעק איז בעסער ווי פי. סי. נאך אפילו פארקערט, און איך האב בייגעוואנט ביידע פלטפורמס און דע נושא פון גרעפיקס, נאך מער פריבט צו מאכן דיסטיליג פון PS פייל אויף מעק און אויף פי. סי. איז אסאך שנעלער אויף פי. סי.
נאך א זאך אלע פרוגראמם פון גרעפיק וואס אמאל פלעגט ארויס גיין קודם אויף מעק היינט איז פארקערט.
און מיט איברו אין מעק איז דא מער פרובלעמען ביי לוקאליזציה צו איברו איך טוה אסאך אין דעם תחום והוא ראיה אז ביז היינט איז נישט דא קיין איברו ספורט אויף פריהנד MX V11 אין מעק אין פי סי איז איז שוין ארויס פאר אלבע יאר,
אין דע לעצטע צייט ווערט מער פאר זיכערט אז דע נושא פון לוקאליזציה וועט מכריע זיין דע קו פון פי. סי. און מעק. פאר די וואס דארפן איברו ספורט,
דע לעצטיגע פלטפורמס פון טייגער (קוקו פורגראמס) אויף מעק איז דא שווערע צורות מיט איברו ספורט ביי די פוגראמערס וואס זיי בערכן קאפ שוין א שטיק צייט, און זיי זאגן אז פאר אפל איז נישט אינטרסנט איברו סופורט, ווי למשל אין אלע נייע אדובי סי. אס. פרוגאמס איברו ספורט איז נישט שייך צו א נאמען געבן פאר א פייל אדער דע פוגראם זאל זיין אינסטולט אין דערקטורי אין איברו ווייל עס מאכט כל מיני פרובלעמען,
אין איין תחום וואס מעק איז מער פארגעשריטן דא איז ווידיא אדיטינג און ריל טיים,
אינטרשטע שורה זאל יעדער מחליט זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 08:03 |
|
| |
GOROYBOY, איך האב נישט געוואוסט אז דו דרייסט דיך דא,
ברוכים הבאים והנמצאים.
אפשר ווילסטו עפענען אן אשכול וועגען טיפס פון אדובי פראגראמען. ולזכות גדולה ייחשב.
כה לחי ותזכה למצוות
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 10:57 |
|
| |
בקיצור כרגע איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז מעק איז בעסער ווי פי. סי. נאך אפילו פארקערט, און איך האב בייגעוואנט פייל אויף מעק און אויף פי. סי. איז אסאך PSביידע פלטפורמס און דע נושא פון גרעפיקס, נאך מער פריבט צו מאכן דיסטיליג פון שנעלער אויף פי. סי.
---- אזויפיל ווייס איך יא אז ווען איך מאך א פייל און איך נעם עס צום פרינט האוס, איז די עקשטע קשיא מעק אדער פיסי, ווען ער הערט די ווארט מעק אטעמט ער אפ, ווען פיסי וואלט געווען בעסער וואלט עס נישט אזוי געווען.
נאך א זאך אלע פרוגראמם פון גרעפיק וואס אמאל פלעגט ארויס גיין קודם אויף מעק היינט איז פארקערט.
----- נישט פארקערט זיי קומען ארויס צוזאמען.
און מיט איברו אין מעק איז דא מער פרובלעמען ביי לוקאליזציה צו איברו איך טוה אסאך אין דעם תחום והוא ראיה אז ביז היינט איז אין מעק אין פי סי איז איז שוין ארויס פאר אלבע יאר, MX V11נישט דא קיין איברו ספורט אויף פריהנד
---- ביי מיר ארבעט היברו זייער פיין און וואיןל, איך האב נישט פריהענד, אדובי סי עס ארבעט פיין יידיש ביי מיר.
אין דע לעצטע צייט ווערט מער פאר זיכערט אז דע נושא פון לוקאליזציה וועט מכריע זיין דע קו פון פי. סי. און מעק. פאר די וואס דארפן איברו ספורט,
דע לעצטיגע פלטפורמס פון טייגער (קוקו פורגראמס) אויף מעק איז דא שווערע צורות מיט איברו ספורט ביי די פוגראמערס וואס זיי בערכן קאפ שוין א שטיק צייט, און זיי זאגן אז פאר אפל איז נישט אינטרסנט איברו סופורט, ווי למשל אין אלע נייע אדובי סי. אס. פרוגאמס איברו ספורט איז נישט שייך צו א נאמען געבן פאר א פייל אדער דע פוגראם זאל זיין אינסטולט אין דערקטורי אין איברו ווייל עס מאכט כל מיני פרובלעמען,
---- די ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט דיר, איך געב טאג טעגליך יידישע נעמען פאר פיילס אין אדובי אילוסטרעיטאר, אינדיזיין, און פוטושאפ.
אין איין תחום וואס מעק איז מער פארגעשריטן דא איז ווידיא אדיטינג און ריל טיים,
---- אין "נאך" איין תחום
אינטרשטע שורה זאל יעדער מחליט זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 22:51 |
|
| |
פאר די וואס ווייסן נישט ווי גוט ווינדאוס איז, אדער פאר די וואס דארפן א שטיקל רימיינדער (זיי געדענקען נישט וואס האט פאסירט נעכטן מיט זייערע קאמפיוטער).
מייקראסאפט ווינדאוס אר. דזשי.
http://www.lagmonster.org/humor/windowsrg.html
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2004 03:04 |
|
| |
מעק נוצער'ס זענען ווי חסידים, זיי קענען נישט הערן א שלעכט ווארט אויף א מעק.
ווינדאו'ס ניצער'ס האבען נישט קיין אמוציאנאלע געפילען צו זייער קאומפיוטער, עס איז ביי זיי אזוי ווי יעדע כלי מלאכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2004 12:07 |
|
| |
פארוואס טאקע זענען מעק נוצערס חסידים, עס מוז דאך זיין א סיבה דערצו. וואס איז די סיבה, מען דארף פארשטייו וואס דא גייט פאר, 25 מיליאן חסידים איז נישט קיין קליין געלט???
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2004 13:30 |
|
| |
אזוי ווי רוב סאטמערע חסידים זענען ווייל זייערע עלטערען זענען געווען סאטמערע...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2004 21:46 |
|
| |
איך האב נישט געוואוסט וויא שטארקע סאטמארע חסיד, יעצט ווייס איך שוין וואספארא חסיד איך זאל מיך רופן.ֿ
למעשה די סיבה איז זייער א םשוטע. די עפל/מעק הארדוועהר/סאפטוועהר איז אזוי מין סימפל שיין און עלעגאנט, און דערצייט וואס די קאמפעטישאן קען ניטאמאל אפערירן היינט וואס עפל האט אפערירט 5 יאהר צוריק. געט דיך א פילינג אז די קאמפאני הא טדיך אינזין, מענטשן האבן פראבלעימען ווערט עס געסאלווט טשיק טשאק. אדער אויפן טעלעפאן אדער ביים נעקסטע סאפטוועהר אפדעיט. פראביר נאר צורופן מייקראסאפט/דעלל סופארט. טשעק די עיטינגס, פון די העלפ סופארט, טשעק די רעיטינגס פון די סי.אי.או'ס. אויף פארבעס וועסט שוין פארוואס עפל האט חסידים. ס'קומט נישט פון זיך אליינס, אנדערע קאפאניס וואלון געצאלט ביליאנען צו האבן די סארט נאנטשאפט וואס אן עפל יוזער האט צו עפל.
דאס זאגט עפס.
"איך האב מורא אז די עפל חסידים זענען שטערקערע חסידים, ווי די ביסט פון...
(-ווערטל)
|
|
|
|
|