|
|
| נשלח ב-17/11/2004 01:31 |
|
| |
זיי האבן גענומען 120 פון די קרית יואל האוזינג
און לפי השמועה זענען איבער 40 קרית יואל אונטער מידעלטאון אויך אונטער אויספארשונג
השם ירחם
לייגט אלע געלט אין די פושקע
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 23:44 |
|
| |
דער שרייבער פון די קרית יואל ווילעדזש שרייבט די וואך אין בלאט אז די בוש אדמיניסטראציע איז שולדיג פאר די סעקשאן 8 אויספארשונג. דאס איז וואס עס שטייט דארט:
ווי שוין געמאלדן מיט עטליכע וואכן צוריק האבן זיך אינספעקטארן פון די פעדעראלע "האוזינג דעפארטמענט" אראפגעלאזט לעצטנס אויף אידישע געגנטער מיט'ן ציל צו טרעפן מענטשן וועלכע זענען אומבארעכטיגע געניסער פון "סעקשאן 8".
די פרישע אינספעקציעס זענען א טייל פון די בוש אדמיניסטראציע'ס נייע פאליסיס צו רעדוצירן די צאל סעקשאן 8 געניסער. איינע פון די מיטלען וויאזוי די אדמיניסטראציע פלאנט צו רעדוצירן סעקשאן 8 אויסגאבן איז דורך דורכפירן שטרענגערע אינספעקציעס און כאפן מענטשן וועלכע קענען אראפגענומען ווערן פון די
סעקשאן 8" ליסטע.
די רעגירונג האפט אויך אז דורך אנזייען א שרעק צווישן סעקשאן 8 געניסער וועלן מער מענטשן זיך צוריקהאלטן פון וועלן בענעפיטירן פון דעם פראגראם.
אן ענליכע טאקטיק האבן זיי געטאן מיט עטליכע חדשים צוריק אין ברוקלין, ווי אויך אין קרית יואל אליין האבן שוין עטליכע משפחות וועלכע האבן סעקשאן 8 דורך די קאונטי אפיס אין מידלטאון באקומען לעצטענס בריוו, אדער האבן מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעגעבן אלס האוזינג דעפארטמענט אינספעקטארן אריינגעקלאפט צו זיי אינדערהיים און גענומען אויספרעגן פארשידענע פראגן.
אינטערעסאנט איז נאר אז די ווילידזש האט אינדארסט בוש פאר פרעזידענט, אבער דאס העלפט זיי זייער ווייניג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 01:05 |
|
| |
רעפובליקאנער און דעמאקראטן זענען פאראייניגט קעגן סאשעל סערוויס פון אמאליגן ברייטן פארנעם. נישט קיין צווייטער ווי ניו יארק'ס פארשטארבענער סענאטאר מאיניהען האט געלייגט דעם יסוד פאר וועלפעיר רעפארם וואס ניוט גינגריטש האט שפעטער דורכגעפירט און קלינטאן האט עס געסיינט.
נאכאמאל, דאס איז געווען מאיניהען, דעמאקראט פון ניו יארק.
דער מאיניהען האט אויך געהאלטן צו טוישן סאשעל סעקיורטי סיסטעם און לאזן אינוועסטירן אביסל אין סטאק מארקעט.
מיט אזא דעמאקראט ווער דארף רעפובליקאנער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 01:08 |
|
| |
פארשטארבענער סענאטאר מאיניהען?
איך מיין אז ער לעבט נאך, הרגע נישט קיין מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 01:35 |
|
| |
דער סענאטאר איז שוין טויט איינס מיט א האלב יאר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 02:25 |
|
| |
מען וועט זיך טענה'ן און טענה'ן און טענה'ן. דער פאקט איז אז די יעצטיגע אינוועסטיגעישאנס האבן צו טאן מיט די נייע רולס פון די בוש אדמיניסטרעישאן.
דער בלאט איז מיר נישט קיין שום חידוש. איך האב עס געהערט פון די ווילעדזש אפישעלס אין ק"י, וואס ווי יעדער ווייסט זענען זיי הייסע רעפובליקענס און שטיצן אלעמאל רעפובליקאנער קאנדידאטן. זענען זיי נישט גענוג טראסטבאר?
די דעמאקראטן זענען קעגן שניידן פראגראמען. ווען די דעמאקראטן זענען געווען ביי די מאכט האט מען קיינמאל נישט געשניטן פראגראמען. עס האט זיך אנגעפאנגען נאך 1994 ווען די רעפובליקאנער האבן איבערגענומען קאנגרעס און סענאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2004 03:03 |
|
| |
November 20, 2004
Kiryas Joel
HUD investigators seize Section 8 housing files
Federal agents made an unannounced visit to the Kiryas Joel Housing Authority office this week and demanded the files of 120 recipients of Section 8 federal rent subsidies, Village Administrator Gedalye Szegedin confirmed yesterday.
The agents, who were with the inspector general's office of the federal Department of Housing and Urban Development, were accompanied by the state police and left with the files they had requested, Szegedin said. They didn't say what they were investigating, he said. A spokeswoman for the HUD inspector general's office in New York City couldn't be reached for comment yesterday.
|
|
|
|
|