|
|
| נשלח ב-18/11/2004 17:39 |
|
| |
באציאונגען ליטוויש/חסידיש
וואס איז פשט דערפון אז אסאך מאל ווען איך גיי דורך א גרופע ליטווישע קינדער און צומאל בחורים פרובירן זיי צו מאכן חוזק וכדו' משא"כ ווען א ליטוויש אידל שפאצירט דורך א גרופע חסידישע קינדער האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן אז זיי זאלן אפי' פרובירן חוזק צו מאכן פון אים? איז דער פשט אז איך באמערק עס פשוט נישט וויבאלד עס איז פון מיין אייגענע קאמיוניטי, בבחינת אין אדם רואה נגעי עצמו?
עס קומט זייער אסאך מאל אויס זיך צו דרייען ביי די ליטווישע, און איך האב שוין כמה פעמים איינגעזעהן אז עס איז דא ביי זיי א געוויסער דיס-רעספעקט צו דעם חסידישען עולם. אה"נ ביי די ערוואקסענע האב איך קיינמאל געהאט קיין פראבלעם, אדרבה זיי זענען זייער בא'טעמ'טע אידן, אבער ביי די יונגע איז עס ממש געפערליך. ווי נאר זיי זעהן מיר פאנגן זיי אן צו שרייען כל מיני נעמען ווי "יואלי" און "ער יו ארוני?" און טיילמאל דערמאנען זיי אפי' משה בער בעק... איך ווער טיילמאל ממש נתפעל וויפיל אוממענטשליכקייט זיי פארמאגן. און למרות זה האב איך נאך נישט געזעהן די זעלבע זאך אויף פארקערט. איך האב נאכנישט געזעהן אז ווען א ליטווישער אידל גייט דורך לעבן א גרופע חסידישע קינדער אדער בחורים אז מען זאל אנפאנגען שרייען און חוזק מאכן פון אים, אדרבה מען קוקט אויף אים מיט א געוויסער רעספעקט.
די שאלה איז: פארוואס?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 18:19 |
|
| |
קום קיין ירושלים וועסטו זען אז די חסידישע זענען פונקט אזוי, פארפאלען קינדער זענען קינדעריש (איך גלייב נישט אז ביי דעם ליטוואק אין שטוב רעדט מען פון יואלי...)
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 19:13 |
|
| |
ווען די הונט בילד איז א סימן אז ס'איז געלונגען, זיי הערן ווי ממאכט חוזק פון די חסידים, ווייל זייערע זיידעס זענען מסתמא אלע געווען חסידים און די עלטערן זענען קאליע געווארן, אזוי לחהבדיל די פרייע האבן פיינט די פרומע. די זעלבע זאך. ס'שטעכט זיי!!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 19:38 |
|
| |
דער אשכול האט נישט קיין טעם סאיז בלויז לשון הרע און חוסר טעם
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 19:53 |
|
| |
What's your problem with this thread????? Come on, explain yourself mature boy
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 19:55 |
|
| |
דער אשכול איז זייער אן אינטערעסאנטער. איך ווייס נישט פארוואס עס באדערט ענק.
ס'איז זייער אמת וואס ער זאגט. יעדער קען עס זען. חסידי'שע בחורים זענען מער איידל ווען זיי גייען אין גאס. ליטווישע בחורים פירן זיך אויף אסאך מאל אן רעספעקט פאר עלטערע מענטשן. זיי זענען אויך אלעמאל מער לעבעדיג און צולאזט.
איך ווייס איר וועט מיר זאגן אז עס זענען דא אסאך חסידישע ביקעס אויך און אז עס זענען פאראן גאר אסאך איידעלע פרומע ליטוואקעס. דער פאקט איז אבער אז בדרך כלל זענען חסיד'ישע בחורים מער רעספעקטפול.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 20:09 |
|
| |
תודה זיסקייט, איך בין שוין געווען כמעט אינגאנצן צובראכען נאכן ווערן אטאקירט פון די צוויי מעמבערס... זעהט אויס אז מיר הערן אויס די טענות פון די צווייטע זייט...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2004 23:24 |
|
| |
אני לא רואה הבדל בין סוגי הילדים.
ילדים הם ילדים הם ילדים.
אולי הילדים כועסים על הסאטמארים על ההפגנות נגד הרב שטיינמן ומשחררים קצת לחץ.
לא נורא.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 00:24 |
|
| |
הער מיך צו משוגענער הגם אז דער ענין אינטרעסירט מיך וויא פאריארעדיגע שניי, אבער לקיים מסורת חדשות אנש צו זיין אפפען צו ביידע צדדים וועל איך רעדען אויף דער נושא.
איך וויל דיך פרעגען אפעס, ווען דו זאגסט אז בייא חסידים מאכט מען נישט חוזק פון א ליטוואק מיינסט דו ביי סטמער אדער אללע חסידים? אוודאי סאטמער ווייל דו וויסט נישט וואס טוט זיך ביי אללע חסידים. ובפרט וואס איך ווייס בידיעה אז ביי אנדערע חסידים ואכ"מ לפרט וועלעכע מאכט מען שוין איין מאל חוזק.
יעצט ווען דו רעדסט וועגען ליטפאק ביסט דו כולל אללע יודען וואס זענען נישט חסידים, הגם וואס סע איז דא אללע סארטען, פרומע בני תורה, מאדערנע בחורים וכדומה וכדומה, ואעפ"כ כולם נסקרין בסקירה אחת.
פרעג איך דיר איז דאס א fair וועג פון שטעלען א שאלה? צו דען פון דעם קען מען אויספאסקענען אז חסידישע בחורים זענען מער איידעל?
וחוץ מכל זה אפילו נניח אז דו ביסט גערעכט, אבער דאס איז זעכער אז פון א צוויטע חסיד הא הא מאכט מען חוזק. שטעל זעך נאר פאר אז סע פאלט אריין טין ראדני א קארלינער חסיד וואס נעמט זעך שרייען ביים דאווענען..וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 00:38 |
|
| |
דער גאנצער עולם איז דיר זייער דאנקבאר פארן לאזן הערן דיין חוות דעת! ייש"כ.
אגב, שיק מיר אריין א הודעה אין תיבה אישית, וועל איך דיר אויסזאגען ווי אזוי מען ספעלט רעבישקינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 01:30 |
|
| |
מעשוגענער
די ליטווישע וואס די קענסט זענען אנטי חסידים? אדער מאכען זיי נאר ליצנות פון די סאטמארער?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 03:24 |
|
| |
ליטווישע זיצען אין לערנען ביי א חתונה א ר' חיים
חסידישע זיצען אין זענען עוסק אין סיפורי צדיקים
ליטווישע גריסען אפילו פרעמדע
ביי חסידישע (וומס"ב) פרעגט מען די קענסט אים?
ליטווישע זענען נישט אזעלעכע נייגעריקע
חסידישע דארפן אייביג דערגיין ווער איז זיין שווער הלנו אתה אם לצרינו
אבער מיט דעם אלעס די חסד וואס איז דא ביי חסידישע איז נישט דא אין וועלט
עס דערמאנט מיר איך האב גיפרעגט איינעם קוקטס אן וואס טוט זיך אין בעלזא קלויזענבורג תלמידי חכמים מופלגים כמעט יעדער האט שיעורים מפעל הש"ס דף היומי וכו' א גיוולד וואס זענן בקי בש"ס אין וואס האט עטס אין סאטמאר זאגט ער אבער נקודה אין הארץ דאס האבן נאר אונז 
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 17:19 |
|
| |
רבישקינד,
וויאזוי זאגט מען אין ליטא? איימסארי, באט יו מיסט דהע באוט.
מען רעדט נישט דא פון חוזק מאכן, אוודאי וועסטו טרעפן חוזק מאכער'ס איבעראל (עפ"י רוב זענען זיי שוואכע כאראקטער וואס דארפן יענעם אוועקמאכן צו "איינזעהן" אז זיי זענען גרעסער).
אונזער משוגענער האט ארויפגעברענט א פארווייטאגטע אבער אמת'ער נושא, די ליטוואקעס האבן מער רעספעקט פארן גוי ווי פארן חסידישער איד.
באמת גייט עס מיר אן אינעם לינקען פאה, ווייל דאס האט זיך אנגעהויבן צוליב'ן סבה וואס יוסעלע האט געשריבן אויבן, אבער אוועקמאכן כאלו עס איז נישט דא? דאס נישט!
זיי קענען דיר אפשפעטן אין פנים אריין.
אדרבה שפאציר אמאל דורך א ליטווישן תלמוד תורה אדער ישיבה (אדער כולל), מען וועט דיר באלאגערן מיט נארישע קשיות, און מיט געשרייען ווי: יואלי, א.ד.ג., קען זיין אז דאס איז די פסולת, אבער זיי האבן דאס געלערנט ביים ראש ישיבה.
כאפ א שמועס מיט א ליטווישער ארבייטער, וועסטו הערן אויף זיין רעדן א דיסרעספעקט צו דיר אויף יעדעס ווארט ענגליש וואס דו זאגסט wrong, -כאילו קלוגע מענטשן קענען ענגליש-.
הכלל, זיי רעספעקטן נישט אונזער סטייל אף לייף, אזוי ווי זיי רעספעקטן דער שווארצע בעסקעטבאל שפילער, און זיי קענען דיר עס זאגן אין פנים אריין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2004 22:17 |
|
| |
איך קען אויך אסאך ליטווישע אין דאכט זיך מיר מעשוגענער'ס סטעטמענט האט נישט קיין באזוץ, קען זיין אז די וואך האט איהם א ליווישער אינגל נאכגעשריגען, אבער לעצטע וואך האט א סאטמארער אינגל נאכגעשריגען א נישט סאטמארער אינגערמאן וואס האט געטראגען אין עירוב.
מסקנה גארביטש איז דא איבעראל, איך די סארט וואס האבען סעסער ליב ספארט שפילער איז אויך דא איבעראל
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|