בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2005 16:22 לינק ישיר 

מצורף קובץ

11.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 16:31 לינק ישיר 

עד כאן. איך האב געזעהן עטליכע בריוון אין מקור אין שעכטער'ס סעמינאר אין ניו יארק אין שטוב וואו עס זענען דא די אלטע ספרים, דער נומער פאר די בריוון איז:

B (NS)CR673
DR103-L14

ווער עס קען זיך דארט אויס קען נאכקוקן און זעהן מיט די אייגענע אויגן, עכ"פ דער חל קפון התעמלות האב איך געברענגט טאקע פון מקור אליין, קיינער קען נישט חולק זיין.

כדי לסיים בדבר טוב, ווען קוק האט געפייגערט און הגה"ק בעל קדושת ציון האט געהערט דערפון, האט ער געזאגט, א שאד, א שאד, פרעגט מען איהם וואס הייסט, זאגט ער א שאד אז מען האט נישט געהערט די נייעס אפאר יאהר צוריק...


והיה לחרפה ולדראון עולם, ולא יטעו אחריו בית ישראל, ושם רשעים ירקב,

וכל הלומד זכות על המסית עובר בלאו, כמבואר בויואל משה, ובאגרות משה יו" ח"ג סימן מ"ג לענין אחר קרוב לזה, עיין שם

ובאבוד רשעים רנה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 16:40 לינק ישיר 

ווער עס האט א שו"ת דברי יואל חלק שני קען אריינסקענען אהער סימנים קל"א און קל"ב פון חשן משפט וואו ער באשטעטיגט די אויבנדערמאנטע זאכן, אויך אין אוצר אגרות קודש מכתב רכ"ה שרייבט הרב הצדיק דער מלאך פון אמעריקע ר' אח"ד זצ"ל קלאר אז מעןו האט מחרים געווען דעם רשע צוויי מאל, און ער שיקט די חרמות צו ר' רפאל זלמן קיין אמעריקע, אויב איינער קען לייגן א האנט אויף די צוויי ספרים וועט ער טון א מצוה

מצוה לפרסם את החנפים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 18:14 לינק ישיר 

אין די לעצטע טעג איך האב מיך געהאלטן און דער זייט וועגן דעם נידון אויף הר' קוק, אבער איך קום צו די מסקנא אז מיר חאפן נישט ריכטיג דער נידון.
איך האב שוין געשריבן און דעם ערשטן מאל ווען מ'האט מזכיר געווען און דעם אשכון זיין נאמען אז גדולי ישראל זענען מיטן גרעסטן שארפקייט ארויס געגאנגען אנגקעגן איהם, איך האב דערמאנט אויך דאס ווארט "עוף טמא", אבער מיט דעם אלעס דארף מען האלטן ריכטיגע פראפארציע און ס'איז מוז זיין קלאר:
מ'טאר נישט בשופו"א דערגלייכן איהם צו היטלער שחיק טמיא רח"ל!
ערשטן'ס ווייל אפילו מיט דעם אלעס וואס ער האט געטוהן, ער האט ביי זיך זיכער געמיינט לש"ש, טראץ דעם וואס דאס איז נישט קיין תשובה אויף אלע שרעקליכע מכשולות וואס ער האט געטוהן און געברענגט, אבער דאס מאכט זיכער אגרויסע אונטערשיד צווישן איהם מיט להבדיל אא"ה היטלר מיט הרצל ימח שמם וזכרם.
צווייטנ'ס ס'איז אפאקט אז רובא דרובא פון גדולי ישראל גערכענט די הייליגע ראשי ישראל מקנאי קנאת ה' האבן נוהג כבוד מיט איהם, איך האב שוין דערמאנט הגה"ק ר' יוסף חיים זאנענפעלד ירושלימער רב וואס איז געווען ראש הלוחמים אנקעגן איהם, און טראץ דעם האט ער איהם פריוואט מכבד געווען, און איך רעד נישט וועגן די נסיעה ארום גאנץ אר"י וואס ער האט געטוהן מיט איהם אינאיינעם, נאר אויך און די שפעטערדיגע יאהרן אויך. און אזוי אויך די הייליגע בריסקער רב וואס איז געווען כולו אמת ווייט ווייט פון חנופה, און ער שרייבט צו איהם מיט כבוד גדול מיט גרויסע טיטלאך (געדרוקט און ספר "הרב מבריסק) ח"ב).
דער חזו"א שרייבט צו איהם "מרן שליט"א" בסתם, וואס דאס איז דער גרעסטע טיטל וואס געפינט זיך ביים חזו"א.
אונזערע דרך איז זיכער נישט אזוי, מיר זענען מתבדל מרשעים אפילו אויב זיי מיינען נעבעך ערליך, אבער דאס ווייזט נאר אז בשו"א קענמען איהם נישט גלייכן צו צוררי ישראל און אלע דורות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2005 19:09 לינק ישיר 

sim89

אדאנק פאר א פאהק נארמאלע ווערטער אין די ריכטיגע פראפארציע

זעהט אויס אז מבדיל צו זיין צווישן הרב קוק אין דעם רשע, דארף מען אויך האבן א פינטעלע דעת.

דער זעלבער שכל וואס זאגט אז כותל מערבי און בחירות איז ג' עבירות חמורות זאגט אז הרב קוק איז להבדיל באאה"ב היטלער ימ"ש

עטליכע נקודות למחשבה

א) דער אשכול האט זיך אנגעהויבן מיט התנגדות צום דף היומי אין אריין געשלעפט צו הרב קוק.

עס שיינט מיר אז מי ששנה זו שנה זו, ולהיפך

איך האב אויך אמאהל נישט געהאלטן פון איהם אבער יעצט ווער איך געוואהר אז הרב קוק איז אין זעהר א גוטע געזעלשאפט

די זעלבע מתנגדים פון אגודת ישראל, בית יעקב, דף היומי,ר עקיבא יוסף, בעלזער רב , קלויזנבורגער רב, ליובאוויטשער רבי זכר כולם לברכה, ולאחרונה הרב שטיינמאן אין הרב אלישיב שליט"א. וכו', ס'איז די זעלבע נעמען

איך האב אנגעהויבן צו האלטן פון איהם


ב) עס זעט אויך אויס אז די וואס האבן געקענט הרב קוק פערזענליך - ווי דער חזון איש דער גערער רבי דער בריסקער רב, ר הערש פסח פראנק, ר' שלומקע זווילער, ר' יוסף חיים זצ"ל, האבן געהאט גאנץ אן אנדערע מיינונג איבער איהם ווי די וועלכע האבן איהן געקענט נאר מפי כתביו

ג) די מעשה פון ר' יעקב טייטלבוים מיט'ן טארנער רב איז רחוק מן השכל פאר וועם עס האט געקענט ר' מאיר אריק זצ"ל.
ולעצם הענין ווי קומא ר' מאיר אריק צו א כנסיה הגדולה, וועלכע יארן איז ער געפארן קיין טארנא?

ד) די כתבים פון הרב קוק זעהן אויס זעהר מאדנע אויס אין היינטיגען זמן.

אבער ווען מען כאפט זיך אז אין יענעם זמן ווען יידען זענען געוועהן מוכים נרדפים ומושפלים הונגעריק און פאריאגט אהן פרנסות (נישט אין אונגארן...)האט הרב קוק געהאט נחת צו זעהן שטארקע יידישע יונגען וואס ארבעטן
אויף די ארץ ישראלדיגע ערד, אין ווי מען זאגט
GOT CARRIED AWAY

עס איז שווער פאר א איין אמעריקאנער שמנת עבית כסית'ניק וואס שרייבט אויף דעם אינטערנעט פאר ליידיגייט, צו פארשטיין יענעם מצב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 19:27 לינק ישיר 

די אלע מענטשן וואס נעמען זיך אהן פאר א רשע מרושע אויף וועמען גדולי ישראל האבן געשריבן די שארפסטע ווערטער - איז גארנישט בעסער פון אים אליין!

אויב איז דא נאך איינער אויף דער וועלט וואס קען זאגן אנדערש ווי די פסקים און מכתבים פון די גדולי הדור וואס איך האב דא געברענגט - איז א מהרהר אחר תלמידי חכמים און די גמרא זאגט אז ער איז אן אפיקורוס!

אז די רבנים פון ירושלים זענען ארויס קעגן אים, און געוואוסט אויך פון דעם סוד וואס באטשי ווייסט, אז מען "ארבעט" (צריך לומר פוטבאל) און געשריבן וואס זיי האבן געשריבן - דארף מען גארנישט!

פאר אייך וועט גארנישט העלפן!

איהר מיינט אז אויף שבתי צבי האט מען נישט געקענט מלמד זכות זין? אבער די תורה הקדושה זאגט, לא תחמול ולא תכסה עליו, און די גמרא זאגט אין טוענין למסית, און אזוי פסק'נט דער רמב"ם (סנהדרין יא, ה) קלאר, און ווער עס איז חולק אויף דעם איז חולק אויף די תורה, און האט א דין ווי אן עובד עבודה זרה!

קוק איז געווען א רשע מרושע, אן אפיקורוס גמור במלוא מובן המלה! ווסא איז שיך זיך צו טענה'ן? שמנת עבית זאלט איר מיר מוחל זין איז געווען קוק מיט ווייצמאן, איינער וואס זאגט אז די אונברסיטה העברית איז בית המקדש השלישי, דאס אליין איז גענוג אז מען זאל אים אריינלייגן אין חרם, ונידון בגיהנם לדורי דורות ואין לו תקנה לעולם ועד!

פאר איר שרייבט א גוט ווארט אויף א מנודה רשע אפיקורוס דארפט איר גוט וויסן וואס איר טוט! א איד וואס זאגט אויף הערצל אז ער איז משיח בן יוסף איז ניש אנדערש ווי א מסית ומדיח! ברענגסט ראיות פון די וואס האבן נוהג כבוד געווען אין איהם, וואס איז מיט די אנדערע וואס האבן געשריבן אז ער איז א רשע מרושע? דער ראגאטשאווער, ר' שאול בראך, ר' מאיר אריק, מונקאטשער רב, בעלזער רב, און נאך וואס איך האב אויבן געברענגט, אלא מאי די אלע וואס זענען מלמד זכות אויף דעם רשע גלייבן נישט אין דברי חכמים, זאלן זיי זיין געזונט און שטארק און גיין אין כף הקלע מיט קוק אינאיינעם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 19:30 לינק ישיר 

און איינער וואס שרייבט אז די התעמלות (פוטבאל, ווער עס קען די היסטאריע) איז אזוי גרויס ווי תהלים - האט ליצנות געמאכט פון דוד המלך, פון תהלים, פון כתבי הקודש, און פונעם אויבערשטן, ימח שמו וזכרו איז ווייניג געזאגט! חרל"פ שפירא אבינר נריה וביליון כמותם יתבטלו, וקוץ אחד מן התורה לא ישתנה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 19:34 לינק ישיר 

קוק איז טויזנט מאל ערגער פון היטלער, היטלער איז א גוי, קוק איז א איד א מסית ומדיח, די גמרא מאכט דעם חילוק נישט איך, שבת קטז ע"א, הללו מכירין וכופרין הללו אין מכירין וכופרין, און וואס איז מיט גדול המחטיאו יותר מן ההורגו? פון היטלער האבן אידן זיך אויסגעהיילט, טויזנטער אידן דאווענען און לערנען, אבער פון קוק ליידן מיר נאך ביז היינט, די מינות וואס ער האט באשאפן איז קאי וקיימא ביז היינט! די שוטים די מתנחלים מיינען נעבעך אז דאס איז אידישקייט, דאס איז מינות וכפירה פון דעם אבי אבות הטומאה קוק!

ווער עס קען ר' משה זויבערמאן פון באבוב, ער רופט אים דער ספאדיק, ווער עס ווייסט פון איהם שפייט אויף אים און אויף זיינע טריפה'נע געשרייבעכצער, ווער עס האלט פון איהם האלט נישט פונעם אויבערשטן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 19:45 לינק ישיר 

און צום לעצט, דער שמע ישראל הכותל כתלנו הכותל אחד, איז אויך געווען CARRIED AWAY? יא, ער איז געווארן אוועקגעפיהרט פון אויבערשטן, הסיע עצמו מן המקום, נאר וואס דען דו האסט א פראלבעם מיט די סאטמערע וואס זענען לוחם קעגן ציונות אונטער סיי וועלכן שלייער, צי איז דאס אגודה, דף היומי אדער קוק! עס וועט דיר גארנישט העלפן! ווארט נאר צו, איך ברענג יעצט א ביכל פון א דאקטאר אין בר אילן, וועלן מיר הערן וואס דו האסט צו זאגן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 19:52 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער דעקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 19:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער דעקל פון אונטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 20:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

עטליכע בלעטער פון דעם ספר. סך הכל האט עס בערך 270 זייטן. איך ברענג בלויז עטליכע זייטן ווייל עס איז מיר שוין געגאנגען שעות פאר די זאכן און האב נישט קיין צייט און די אלע וואס זענען פאר קוק און פאר ציונות וכו' וועלן במילא זיך נישט טוישן אפילו מען וועט זיי ברענגען חרמות, דער תירוץ איז: וואס האבן זיי פארשטאנען די רבנים פון דער ווייט? דער עיקר איז אז הרב הערש פסל איז געשטאנען לצידו... וואס דארף מען זיך טענ'הן אויף פאקטן. אגודה איז ציונות, ציונות שטיצט קוק און אלע אפיקורסים! גענוג געווען! דו האסט נישט מורא צו זאגן אז דו ביזט א ציוני, נו וואס איז דער ויכוח? צי קוק איז געווען א אפיקורוס צי נישט? מאך זיך נישט נאריש פארברענג נישט דיין צייט.

איין זאך איז קלאר. די אגודה איז געווארן פרא-איזראעל מיט די יאהרן, עד כדי כך אז אין תשס"ה קומען די אנשי אגודה און זאגן אז קוק איז נישט געווען קיין אפיקורוס!

ווי האט ר' אלי' שטיינבערגער געזאט!

דער רבי איז געווען גערעכט, און נאך ווי גערעכט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 20:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך א בלעטל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 20:13 לינק ישיר 

יעצט וועל איך שטעלן עטליכע שאלות, און ווער עס איז פרא-קוק זאל ענטפערן צו דער זאך.

1. שמע ישראל הכותל כתלנו הכותל אחד

2. האונברסיטה העברית בית המקדש השלישי

3. פוטבאל מעלה את השכינה כמזמורי תהלים

4. תלמיד חכם וצדיק מי שאין לו רגש לאומי פחות במעלה מחילוני מחלל שבת שיש לו רגש לאומי

5. הערצל שר"י משיח בן יוסף

6. מכירת ארץ ישראל לגוי כדי להתיר שביעית



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2005 01:39 לינק ישיר 

נבוכרנצר

די שרייבסט אז די האסט געזען דעם בוך אין שעכטער'ס סעמינאר.

פון ווי נעמסטו א היתר אריינצוגיין אין שעכטער'ס סעמינאר? א געאסרטע קאסערוואטיווע {ניאולאגישער} מוסד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.