אנטשולדיגט, איך האב גארנישט געמיינט עפעס אנטי. איך האב נאר פארגעסן צוצולייגן דעם טיטול "הרב".
מיטן לשון "ספרדי'שער" האב איך נישט אינזין געהאט לגנאי, נאר דאס איז דער טרוקענער מציאות. ער הייסט [הרב, הרה"ג, הרה"צ, הגה"צ] שלמה יאבוי וואס שטאמט פונעם שבט הספרדי. ער איז א חשוב'ער יונגערמאן, ס'איז א נחת אים צו הערן רעדן. ער איז א קלוגער, פארשטענדליכער און בא'טעמ'טער. די שול האט ער געעפנט לעילוי נשמת ר' אביגדור מיללער און שפעטער איז צוגעקומען דער נאמען לעמבערג.
פארוואס לעמבערג, איך ווייס נישט. וויפיל אידן עס דאווענען דארט, איך ווייס נישט. אשכנזי'שע אדער ספרד'ישע, איך ווייס נישט. ליטווישע תלמידים פון ר' אביגדור אדער חסידישע יונגעלייט, איך ווייס נישט. מעריצים פון שלמה יאבוי אדער געגנט איינוואוינער, איך ווייס נישט. און עס אינטרעסירט מיך נישט!
דער עיקר נאך א שול אין וויליאמסבורג. יגדיל תורה ויאדיר. אסאך הצלחה פאר שלמה יאבוי מיט זיין שול
|
|