בשעת התפילה, מותר לעיין בספר? ובכולם?
איבערגענומען פין אשכול
לייענער רעאגירן אויף צייטונגען - ויצא
איין סאטמאר שרייבט
ווען גערעכט איז גערעכט.
י.מ. סופר שרייבט די וואך אין צייטונג קעגן די תורה גליונות וואס וואקסן אויס חדשים לבקרים יעדע וואך, און מ' פילט אן די בתי מדרשים דערמיט, עס איז זייער גוט און אמת.
ווער געדענקט אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געארבעט ביטער שווער אגאנצע וואך, און מיט מסנ"פ געהאט א שיעור צופרי און ביינאכט, אבער שבת ביים דאווענען האבן זיי אריין געקוקט אין סידור אגאנצן דאווענען און געדאווענט, ביי לכה דודי האט מען מיט געזינגען מיט'ן בעל תפלה וכדומה.
היינט די יונגעלייט וואס אגאנצע וואך קוקט מען ליידער נישט אן קיין יודיש ווארט, אבער שבת ביים דאווענען ווערט מען פלוצים א מתמיד, יעדער נעמט זיך אפאר ספרים און מ' קוקט מ' לערענט (אויב מ' פארשטייט עפעס) אדער קוקט מען אין די אלע בלעטלעך וואס פילן אן די ביהמ"ד וואס ווערן געמאכט דורך אלע פארטייען להגדיל שמו, און מ' הערט נישט קיין דאווענען אדער זינגען.
זמן תורה לחוד וזמן תפלה לחוד.
בין איך גערעכט אדער נישט?
מקוה איד שרייבט
100% גערעכט!
איינער האט מיר פאציילט אז ער האט איינמאל געזען פרייטאג צונאכטס פארן דאווענען ווי רב מאשקאוויטש פון נייטרא קומט אריין אין ביהמ"ד כאפט צאם די אלע גליונות און ווארפט זיי אריין אין מיסט, און זאגט מיט א ביטול "ס'האט נישט קיין שום קדושה! ס'שטערט נאר דאס דאווענען!"
SAMMY שרייבט
אייןסאטמאר.
א גוטע וואך לך.
בנוגע מה שכתבת על הגליונות שמחלקים בבתי המדרש, והלימוד בספה"ק בשעת התפילה.
אין מה לדבר שזה לא לכתחלה. וזמן תפלה לחוד וזמן לימוד לחוד, וכשמתפללים צריך להתפלל, וכשלומדים צריך ללמוד!
אבל מצד שני, ההכרח בל יגונה.
וברשותך, אסביר לך את זה על חשבוני, כמשל. אני אברך פשוט, שעובד כל השבוע,(ובניגוד למה שכתבת, על האברכים שלא פותחים ספר כל השבוע, אני מקפיד כל יום ללמוד כמה שעות.) עכשיו, כשאני בא בשבת לבית המדרש עייף ורעב, ולעמוד ניגש אחד שמחשיב את עצמו לרבו של יוסעל'ה וכד'. אגיד לך את האמת, אני פשוט יכול לצאת מהכלים...כי אין לי טיפת סבלונות לזה, אז מה אני עושה? אני מתפלל בעצמי כמה קטעים ביחד, ובמקום להמתין בקוצר רוח לחזן העולה על העצבים, אני מעיין בנתיים בספר, ואז כידוע הזמן עובר הכי מהר.וחוץ מזה. עדיף עשרות מונים עיון בספר בשעת התפילה, על שיחה בשעת התפילה. כך לפחות בזמן שהמעיין בגליון או בספר מעיין, השכן שלו לספסל הבית המדרש יכול להתפלל.
חוץ מהנ"ל. חזקה אצלי, שכל דבר שמנשה פליפ כותב נגדו, כנראה, שזה באמת דבר טוב וחשוב.
ולמקווה איד שהביא "מעשה רב" מר' יצחק מאשקאוויטש, בהחלט יכולים להגיד על זה :"מעשה לסתור" כי הרב הנ"ל בהחלט לא ידוע כאדם מתון.
 |
|
|