בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מען צאלט געלט פארן שרייבן אויף היידפארק?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2004 18:58 לינק ישיר 
מען צאלט געלט פארן שרייבן אויף היידפארק?

איך עפן אן אשכול וואו דער עולם וועט קענען דעבאטירן שוין נ'אמת'ן אן אלטע אישו, אבער לעצטנס שמועסט מען דערפון מער אין אשכולות. נעמליך: "שרייבערס באקומען באצאלט פאר זייער שרייבן אויף היידפארק?"

לאמיך מסביר זיין מיין קושיא:
ס'זענען דא אויפ'ן אינטערנעט אפאר מיליאן פארומס, וואו מענטשן שרייבן און טשעטן וועגן כל העולה על רוחם. אויף היידפארק אליין זענען דא הונדערטער פורמים, געווידמעט איבער אלערליי טעמעס, און דער עולם שרייבט אינגרויסן, בייטאג און ביינאכט אן קיין אפרו.

פארוואס, ווייס איך נישט. אבער אין דעם פורום איז עפעס אנדערע רולס. דא זענען פאראן חברים וואס אמאל אינמיטן זיך טענה'ן אויף עפעס, מען דעבאטירט פעסט וויאזוי ס'איז געווען און וויאזוי ס'גייט זיין, אינמיטן שיסט איינער צוריק צום צווייטן: "האסט נישט גוט געענטפערט, גייסט נישט די וואך באקומען באצאלט פון דיין באס".

איך ווייס נישט צו מענטשן האלטן טאקע אז מען טיילט געלט, אדער ווילן זיי סתם אזוי צוריק ענטפערן ווען זיי האבן נישט עפעס אנדערש וואס. כאטש ס'איז נאריש ווייל אויב דער צד השני באקומט באצאלט, דעמאלט ביסטו דאך אויך אן ארבייטער פאר געלט.

ביי מיר פריוואט ווייס איך אז כ'האב נאר שאדן פון שרייבן דא. אסאך צייט געב איך אוועק דערפאר און הלואי זאל איך טרעפן איינעם וואס טיילט געלט פאר שרייבן אויף היידפארק...

אלענפאלס איז אינטרעסאנט עס אויסצושמועסן אין פאבליק. וואס האלט דער עולם.
איז דא שרייבערס וואס באקומען באצאלט פארן שרייבן אויף היידפארק?
און אויב יא, איז עס פון מענטשן פריוואט אדער פון קאמפאניס?
פון אלע חסידות'ן וואס ווילן זיין געדעקט, אדער נאר וואו ס'איז דא מחלוקת, למשל 2 סאטמאר, באבוב, תו"א תוא"י, שטיינמאנס קומען קיין ניו יארק, וכו'?

ענטפערט תירוצים צו דער זאך. אויך אויב איז שוין געווען ערגעץ אנדערש אן ארטיקל אדער אפהאנדלונג אויף דעם, איז ווערד עס אריינצושטעלן דא



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 19:08 לינק ישיר 

טאמיר יא?
דעמאלס האלט איך אז עס קומט פארצענטן פארן חשובע׳ן מנהל וואס לייגט אריין צייט און מח צו האלטן דעם פורום ריין, ארגאניזירט, און נייטראל,
עס קומט אים עהרליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2004 19:34 לינק ישיר 

אני בהחלט לא יודע, אם משלמים או לא.
מה שאני כן יודע, זה שכוח הפועל בנפעל, הוא לא מושג שעובד רק כשמדובר מהציונים ואגודת ישראל, אלא דבר שפועל אצל כל יחיד ויחיד.

ובכן. זה לא סוד שיש כאן כמה ניקים שמקבלים שכר מראשי מנהלי המחלוקה, והם פועלים שלהם. ושים לב, תראה ותבחין שהם אלו שבדרך כלל מנסים להקצין את הביטויים שעובר כבר את הטעם הטוב, כגון "צורר היהודים" וכד'.
כי סוף כל סוף, הם יודעים שעין רואה והפנקס פתוחה, [סמודגש(והעיקר)[מודגש] היד רושמת...

נ.ב. לא התכוונתי בדברי רק לצד אחד.

תוקן, עקב קבלת תשלום.

תוקן על ידי - SAMMY - 21/11/2004 19:57:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 20:14 לינק ישיר 

סטיוו דזשאבס שיקט מיר אריין $5 פאר יעדע פרא עפל קאמענט אויף היידפארק.

גלייבסט מיר נישט הא? איך אויך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2004 20:30 לינק ישיר 

קרןהתורה13

מדבר שקר תרחק! האסט געזאגט א גראבער ליגענט. די פאברענגסט נישט אזויפיהל צייט און אוודאי שרייבסטו נישט דא קיין סאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2004 20:39 לינק ישיר 

העי!!

איך בין גרייט צו שרייבען פאר וועהם איממער

just send the big bucks

I can accept PayPal



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2004 23:27 לינק ישיר 

איך באקום דערווייל נישט קיין געלט, אבער העי, אגוטע איינפאל, אפשר וועל איך באקומען א פארשלאג איין טאג. איינער וויל מיך באצאלען???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2004 00:00 לינק ישיר 

I can retire at age 35 just by writing on HydePark, here see for yourself!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2004 00:04 לינק ישיר 

בארא_פארק

וואס זאל איך טאן, מיר צו שרייבן דארט לאנג, איך בין נאך מגיה און קוק איבער וואס כ'האב געשריבן, און כ'קען זיך קוים ארויסקראצן. אפשר ביסטו מער געלונגענער. מיר דויערט לאנג יעדע תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2004 02:00 לינק ישיר 

ס'איז נישט קיין שלעכטער איינפאל. מען וואלט עס געדארפט אויסשמועסן מיט אונזער מנהל דזשויבוי און ארויסגעבן דזשאבס. איך ווייס נאר נישט צי ס'איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות פון היידפארק.

מען קען איינשטעלן בערך אזוי:

1) דזשויבוי וועט עפענען אן אפיציעלע סייד פאר חדשות אנש, אויסער דעם פורום. אויך וועט ער עפענען פעיפאל אקאונט פאר היידפארק, פון וואו ער וועט באצאלן די שרייבערס און מאכן קאמישען פאר יעדן ארטיקל.

2) מוסדות וואס דארפן פובליסיטי, אבער ווילן נישט אז יעדער זאל זיי נאכדעם באזינגען און באשעלטן, וועט דזשובוי גלייך פארשפארן יענעם אשכול און מען וועט קענען זען נאר די פאזיטיווע מעלדונג.

3) מענטשן וואס ווילן וויסן וואס דער עולם האלט באמת פון זייער ביזנעס/מוסד/רבי'סטעווע/ביהמ"ד די וועלן באצאלן פאר צוויי חברה, איינער וועט שרייבן לרעה און איינער לטובה, און מען וועט זען וואס דער איבעריגער ציבור האלט (אן ענליכער איינשטעל פלעגט דער בלאט אמאל האבן 'דעבאטע פון דער וואך').

4) דזשובוי וועט מער אויפארבעטן דעם סיסטעם פון די בילדער. מען וועט צושטעלן נאך פאטאגראפיסטן און דעקן שיין מסיבות.

איך האב נאך אפאר איידיעס. לאז נאר זען וואס אנדערע האלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מען צאלט געלט פארן שרייבן אויף היידפארק?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext