בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מסיבת פרידה פאר "טלית-בייטל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2004 23:04 לינק ישיר 
מסיבת פרידה פאר "טלית-בייטל"

ער האט שוין צאמגעלייגט דעם טלית!!

** אט איז די לעצטע הודעה פון טלית-בייטל***

*** טליתבייטעל ***
נשלח ב 21:27 28/11/2004
--------------------------------------------------------------------------------

צו אלע מיינע חברים דא אויף הייד פארק.

נאך פילע באראטונגען צווישן מיינע צוויי יצר'ס, בין איך געקומען צום פעסטן באשלוס אז איך גיי ענדליך אראפ פונעם אינטערנעט.

איך האף דאס אויסצופירן גענצליך אי"ה אין די קומעדיגע טעג ווען דער קאמפיוטער ווערט ארויסגעווארפן בשן ועין פון מיין הויז.


איך וואלט דאס נישט געטוהן ווען נישט מיינע חברים האבן אנגעהויבן צו מערקן אויף מיר פארשידענע שינויים וועלכע לאזט זיך נישט ארויסשרייבן אויפן פאפיר, די גאנצע אידישקייט איז געווארן ביי מיר אסאך קעלטער פון וואס איך בין געווען, און נעכטן האט מיר דאס מיין בני בית אנגעמערקט!.

נאכ'ן אריינקלערן גוט בין איך געקומען צום מסקנא אז דאס וואס די רבנים שרייען שוין אזוי לאנג וועגן די אינטערנעט האב איך ליידער געשפירט אויף די אייגענע הויט!.

ביים לערנען און דאווענען האב איך אויסגעקוקט ווי פלייש פון פריזער. און אזוי אויך ביי יעדע זאך. אגאנצען טאג האב איך נאר געקלערט פון הייד פארק און נאך סייד'ס וועלכע איך האב אנגעטראפן. די עיקר האב איך געקלערט פון מיינע צוויי סוקסעספולע מערכות וואס איך האב דא לעצטנס מצליח געווען אויף הייד פארק און איבערגעקערט א שטאט.

גלייבטס מיר דעם באשלוס קומט מיר אן זייער זייער שווער, איך געדענק נישט אזא נסיון אין מיין גאנצע לעבן. אבער טאקע דערפאר שרייב איך דאס ארויף דא ברבים, כדי אז ווען איך וועל עובר זיין דערויף זאל איך ווערן ללעג ולקלס. וכמבוא' בגמ' אצל המעשה דנורא דבי עמרם, אז ווען ער האט געהאט א נסיון האט ער געשריגן: א פייער ברענגט ביי מיר אין שטוב!, אזוי אז יעדער איז זיך צוזאמענגעלפאן האט ער זיך געשעמט עובר צו זיין.

איך שריי דא אויך:

א פייער ברענט!, א פייער ברענט ביי טלית-בייטל!, און יעצט ווען יעדער וועט זעהן מיין מיאוסע דורכפאל וועל איך זיך זיכער שעמען עובר צו זיין אויף מיין קבלה.

דאס שרייבן דא אויף הייד פארק און אויף אנדערע סייטס האט מיר גענצליך געמאכט פארגעסן אז איך בין א מענטש, דאס גאנצע לעבן איז מיר געווארן ווי איין שטיק אינטערנעט, ביינאכט האב איך זיך געחלומט פון דעם, צופרי ביים זיך ווייקן אין מקוה האב איך נאר געקלערט פון דעם, און אגאנצען טאג האב איך נישט עפעס אנדערש געקלערט.

איז ממילא זייט נישט ברוגז, נישט מיינע חברים און נישט מיינע שונאים דא, איך האב נישט קיין שום ברירה!, איך וועל אן קיין שום ספק ווערן פארגעהאלטן אויך אויף מיין ביז-איצטיגע אקטיוויטעטן אויפן אינטערנעט ביים בי"ד של מעלה, און אויך אויף ווייטער אויב גיי איך אן.

טראץ די שרעקליכע מוראדיגע נייגער וואס וועט מיר זיכער ארומנעמען יעדן טאג צו וויסן וואס עס שפילט זיך אפ עפעס ביי אונז היימישע אידן, וועל איך אויף קיין פאל מער נישט צורירען דעם קאמפיוטער!.

און צו די וואס דארפן דאס נישט האבן פאר ביזנעס ראט איך צו טוהן די זעלבע שריט. קיין חרטה וועלן זיי נישט האבן דערפון!. אפשר בגשמיות יא, אבער ברוחניות זיכער נישט, זיי וועלן בלויז זעהן לכבוד דעם ליכטיגע דורות עובדי ה' באמת, ווייל נאך אזא שריט וועט מען ווערן ביי זיך זעלבסט אסאך מער געשעצט, וואס דאס ברענגט אויטאמאטיש צו נתעלה ווערן מעלה מעלה, וואס דאס איז זיכער 1000% משפיע אויף די ווייב און קינדער און אויף די שפעטערדיגע דורות!.

איך וועל ווארשיינליך נישט זעהן וואס איר גייט דא צוריקשרייבן, אזוי האף איך, ממילא אויב ווילט איר עפעס צוריקשרייבן צו מיר פערזענליך איז דאס א ברכה לבטלה. אויב ווילט איר מגיב זיין אויפן עצם געדאנק, נאו פראבלעם!.

ברכה והצלחה!!!!

(נ.ב. די איינציגסטע זאך וואס איך בין באזארגט איז נאר די ר"ן דטיפת חלב וואס וועט יעצט בלייבן אן א אייגענטומער, איך בעט דעריבער די מנהלי הפורום אויסצומעקן יענע אשכול, אדער איבערנעמען די זכות דערפון און שטרענג קער נעמען אז די תנאים זאלן ווערן איינגעהאלטן -ביז יעצט האב איך שוין באקומען לערך 30 פארלאנגען אין תיבה אישית דערויף)....

*** עד כאן ****

אצינד שטעלט אריין אייערע צאתכם לשלו' וואונטשן אין דעם אשכול




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 23:05 לינק ישיר 

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1195470

די לינק פון די אויבנדערמאנטע הודעה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 23:07 לינק ישיר 

--מיין תגובה---

חזק ואמץ!!

מיר זענען שטאלץ מיט דיר און מיט דיין באשלוס!

פאר אונז אלע געוואונטשען!

הלוואי ס'זאל זיין א קבלה של קיימא....!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2004 00:11 לינק ישיר 

כל הכבוד,
נו כורמיזא קען אויך א טעות האבען, איין נאכט ווען מ'האט געטשעט האט מיר זיידעיאנטשע א פרעג געטאן, ווען באנוץ איך זיך מיט טלית בייטעל און ווען מיט כורמיזא? האב איך אים געענפערט אז א 'טלית בייטעל' פאסט זיך בעסער פאר א 'אינגערמאן'. ווייזט אויס אז כ'האב געגרייזט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2004 00:18 לינק ישיר 

כורמייזא

אדרבה

איפכא מסתברא

!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2004 01:50 לינק ישיר 

טלית בייטל וואס איז דיין נייע ניק?
קענסט עס מיר שיקן אין ת"א אריין.

איך גיי מיך אי"ה אויך אריינציען אין אפיס, אזוי אז מיין שטוב וועט זיין אינטערנעט ריין בע"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2004 02:21 לינק ישיר 

כל הכבוד טלית בייטל, עס איז א שווערע החלטה אבער אמאל פעלט עס אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2004 02:31 לינק ישיר 

אשריך וטוב לך.

לו חכמה ישכילו, וואלטן מיר אלע געדארפט זיין דיינע נאכגייער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2004 02:37 לינק ישיר 

כורמיזא

אבער וואס איז מיט גילוי??

געדענק, שמור לי ואשמור לך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2004 03:05 לינק ישיר 

WAY 2 GO



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2004 03:44 לינק ישיר 



פון נאך א זאלי פטור געווארן ב"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 08:43 לינק ישיר 

ער האט אבער געשריבען מענטשליך אין א לשון נקיה
עס איז דא א דעה אז ער האט תשובה געטון אין געווארן א אהרוני

אלענפאלס איך האב הנאה געהאט פון עיהם אין איך ווינטש עיהם צאתכם לשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 15:52 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין אויפען ענין פון סכנת אינטרנט האב איך געוואלט פרעגען אויב איינער פון אייך וייס א וועג צו מאכען אז מען זאל נאר קענען דו אינטרבט מיט א קאוד אדער כדומה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2004 20:45 לינק ישיר 

WHERE IS ZEIDIYUNTCHY?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2004 20:57 לינק ישיר 

צו רבישקינט:

וועגן די סכנות פון די אינטערנעט.
עס איז היינט דאס גוטע שנעלע צענזורירטע אינטערנעט, פאר די וואס מוזן האבן אינטערנעט פאר ביזנעס,
פרוביר JNET אדער YeSHIVA NET
עס איז שוין געווען מערער אשכולות וועגן JNET און קענסט דאס נאכזוכן אין די אלטע ארכיוון

אויך איז דא גויאישע קאמפאניס וואס שטעלן צו צענזורירטע סערוויס, כאטש דאס איז נישט אזוי גוט ווי די אידישע. איז דאס אבער בעסער ווי גארנישט קיין פילטער און עס בלאקט אויך די געמיינע סייטס.

איך זעה אז דער געטריער מנהל דזשובי האט אויסגעמעקט דעם טיפת חלב ר"ן פון טלית בייטל לכבודו, איך אפלאדיר זיין פארשטענדעניש און איבער געגעבנקייט צו יעדן גולש בכלל, און זיין רעספעקט פאר די וואס האבן דעם קוראזש זיך פורש צו זיין און באגיין אן הייד פארק און אינטערנעט בפרט!!

כה לחי!

yones איך וועל איגנארירן דיין נארישע תגובה אין דעם אשכול, אזוי ווי איך איגנאריר אלע נארישע פאליטיק-געשטימטע תגובות, כ'וועל דיר נאר זאגן אז ס'איז נישט געווען אין פלאץ...

נ.ב. איך דריק אויס אנטוישונג אז די התעוררות תשובה פון די ביטערע טראגעדיע, האט אויסגעוועפט אזוי שנעל, בעת וואס מ'דארף דאך נאך אזויפיל רחמי שמים. און ליידער האט מען געהערשט שוין אזויפיל פרישע טראגעדיעס זינט דאן.
אוי! רבוש"ע האב שוין רחמנות, פרוביר מיט גוטן, אפשר וועט דאס בעסער העלפן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2004 02:50 לינק ישיר 

"הדרן עלך טלית בייטל"


מיט גרויס באדויערן האבן מיר אנגענומען די בשורה אז אונזער חשובע מעמבער טלית בייטעל וואס האט אזויפיל צוגעגעבן פארן פארום דא האט זיך פון אונז אפגעשיידט, לשבחו יאמר אז ער האט זיך הארציג געזעגנט פאר זיין דראסטישען שריט און נישט אנטלאפן ווי א רויבער אינמיטן די נאכט

טלית בייטעל מיר זענען שטאלץ מיט דיר און מיט דיין דראסטישע החלטה זיך אפצורייסן פונעם אינטערנעט/היידפארק עדיקשאן און ווערן צוריק א נארמאלער מענטש (געט עי לייף!), אלץ אנדענק זאלסטו וויסן אז כוועל בלי"נ פון דיר נישט פארגעסן

ווייל ווי קען מען דען פארגעסן פון א טלית בייטל?

ווען מקומט אריין אינדערפרי אין ביהמ"ד נאך די מקוה און מזוכט א מקום ווי אראפ צו לייגן די טלית ותפלין "דערמאנט מען זיך אין טלית בייטל"
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1181019
(אדער אין טאגליכט?)
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1094355

ווען משטופט אוועק א בחורלס תפלין בייטל צו האבן מער פלאץ אויפן טישל "דערמאנט מען זיך אין טלית בייטל"
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1187079

ווען מנעמט ארויס דעם סידור און מזאגט אני מאמין "דערמאנט מען זיך אין טלית בייטל" (אדער אין כורמיזא?)
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1185931

ווען מפארפארט הונדערט מייל א שעה אינמיטן הללוקה און ממאכט גראבע טעותים "דערמאנט מען זיך אין טלית בייטל"
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1187900

ווען מהאלט ביי רבינו תם "דערמאנט מען זיך אין טלית בייטל"
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1190376

ווען די פלעסטיק ווערט שמוציג פונעם שכןס קאווע און מילך "דערמאנט מען זיך אין טלית בייטל"
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1195608

ווען מבאטראכט די פילע נושאים וואס אונזער טלית בייטל האט דורכגעטון דאכט זיך עפעס אז סאיז ממש א טלית שכולו תכלת, כמעט אויף יעדע נושא איז הטלית יפרוש כנפיו עליהם, בעטן מיר טאקע אז אין דעם זכות זאל טלית בייטל ניצול ווערן סיי נפשו און סיי תפלתו מן החיצונים און סזאל שוין זיין כנשר יעיר קנו על גוזליו ירחף אזויווי ער שרייבט אליין אז "איז זיכער 1000% משפיע אויף די ווייב און קינדער אויף די שפעטערדיגע דורות!"

הדרן עלך וסליק לה מסכת טלית בייטל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מסיבת פרידה פאר "טלית-בייטל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext