עפעס שמועסט מען אז די אהרונים האבן געמאכט א גענעראל פארזאמלונג אין קעי.דזשעי. אין בילדינג פון כולל שלום ווייס.
ווער ווייסט וועגן וואס ס'איז און וואס דער ציל איז. צי מען רעדט דארט פון לאקאלע קעי.דזשעי. אישוס אדער פון אינטערנאציאנאל. זאל ביטע דערציילן פאר די חברי הפורום.
יישר כח למפרע.
נשלח ב-29/11/2004 19:47
עס גייט זיין היינט נאכט. דער ציל איז אביסל אויפצוהייטערן די געמיטער פון עולם פארוואס מען דארף קעמפן, כאטש יעדער זעט אז די גאנצע הארעוואניע פון פייטן אין געריכט איז ביזדערווייל אלעס געגאנגען לטמיון!
מען גייט מסביר זיין אז מ'זאל געבן געלט און אלישע הורוויץ גייט געבן א שארפן מעסעדזש אז אויב וועט מען נישט געווינען אין וויליאמסבורג, נעמט מען זיך בקרוב צו קרית יואל.
ונראה מה יהיו חלומותיו!
נשלח ב-29/11/2004 20:21
הוא מותיב והוא מפרק
נשלח ב-29/11/2004 20:48
נאכאמאל
געזעגענען און איחוד מעמבער
אפשר לייגט עטס דא ארויף די פאפירן וואס מען האט אריינגעגעבן אין קארט
און מיר וועלן קענען זעהן, ווער עס וויינט אז ער איז אין דער ערד, און מען מוז פארדעם גיין אין קרית יואל
איך האף אז מיין חבר, וועט האלטן ווארט און מיר אריבער פעקסן די פאפירן, כדאי מיר זאל נישט דארפן ווארטן אויף ענק
ווי עס קוקט אויס האבן די אהרונים נאכאמאל געווינען...
דער באקאנטער משמח אלוקים ואנשים הרה"ח ר' בערל קליין שליט"א דערציילט אז מיט עטליכע וואכן צוריק שבת ביי א קידוש אין גרויסן סאטמארער בית המדרש אין וומס"ב הערט ער ווי א איד (נישט קיין וויליאמסבורגער) רופט זיך אן צו זיין קינד "לייג נישט אראפ דיין קאוט ווייל דו וועסט עס פארלירן".
האט ר' בערל זיך אנגערופן צו אים: "דו ביזט זיכער נישט קיין קרית יואל'ער".
ענטפערט אים דער איד: "אמת איך בין טאקע נישט פון קרית יואל, אבער פון וואו ווייסט איר דאס?".
האט ר' בערל געענטפערט: ווייל די קרית יואל'ער פארלירן קיינמאל נישט...
תוקן על ידי - געזעגענען - 30/11/2004 16:37:25
נשלח ב-1/12/2004 01:30
יעצט געענדיגט הערן דעם טעיפ פון די דרשה אין קעי.דזשעי. כולל שלום ווייס.
איך בין נישט געווען אין זאל, אבער יעצט האב איך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן נאכן אויסהערן דעם האט-ליין. לויט די מהלכים ביז היינט צו טאג פון די אהרונים, שטעל איך זיך פאר אז די וואס זענען געווען אין כולל בילדינג האבן זיך אלע איבערגעבליקט מיט פרייליכע אויגן און אלע האבן אויף אמאל הויך אפלאדירט די קארפן קעפ ווידער און לישע פאר זייערע ריכטיגע ווערטער.
מילא שמואל ווידער, רעדט הויך אבער שטאט און לאנגווייליג, ער וויל צייגן און בארואיגן דעם עולם אז ער האט אריינגעלייגט אסאך געלט אין די בניני הקהילה והמוסדות... נאכדעם ווי סאך מען האט שוין געווינען אין די אלע יארן, הקיצור מען האט נאר געווינען וכו'. אויך צעלייגט ער ווי ער איז אינפארמירט אז מען האט משחד געווען דעם שופט, נאר ער האט נישט קיין לעגאלע פרטים מ'זאל קענען דערוועגן נעמען שריט...
מיט אים איז דאך נישט שייך צו פירן קיין דיאלאג, ווייל ס'איז מער ווייניגער חזרה אויף די דעמאגאגיע וואס ער שרייבט אלץ אין "בלאט". איך האב מיך נאר פרובירט פארצושטעלן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט זיין פנים בשעת מעשה. צי האט ער געשמייכלט אדער איז ער געשטאנען אויפ'ן באלעמער מיט די ארויסגעשטארצטע אויגן. עס איז אבער סייווי נישט קיין חילוק.
נאכדעם קומט לישעס דרשה וואס איז צוקער זיס. ממש צום באלעקן יעדעס ווארט. ער נוצט הויכע ווערטער מיט מורא'דיגע משלים און דערציילט פאקטן אזוי ווי ער וואלט יעצט אראפגעקומען פון די לבנה. די אלטע תורה'לעך אז מען וויל נעבעך צוברעכן די כח הקדושה פון סאטמאר און ער רעדט זיך אפ אויף די שרעקליכע יסורים וואס מ'פייניגט זיי, נגישות ורדיפות פאר אומזיסט.
אין א בחינה פון מלאך רע בע"כ יענה אמן זאגט לישע לשבחו פון די קהילה אין וויליאמסבורג אז ער האט זיי אונטערגעשאצט. ער האט נישט געוואוסט ווי ווייט זיי וועלן ארבעטן צו פארטיידיגן די קהילה און די מוסדות כפי יכולתם און יותר כפי יכולתם. אבער נאכדעם איז ער מסביר באופן נסתר די פינסטערע פלענער פון די קהילה אין וויליאמסבורג, וואס ער קען "בתורת עדות" דערציילן אז ווען מען האט נאר געוואלט רעדן פון שלום און זיך טיילן בנינים, האט די וויליאמסבורגער קהילה אלץ אריינגעמישט מ'זאל זיך אויך טיילן איבער די בנינים אין קרית יואל... זעט מען דאך ווער די מהרסים זענען...