בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הערליכע אגודה קאנטוונטשן פארגעקומען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2004 22:17 לינק ישיר 
הערליכע אגודה קאנטוונטשן פארגעקומען

דעם שבת איז פארגעקומען די 82סט'ע אגודה קאנטוונטשן אינעם הערליכען וועסדין האטעל און CT, מיט'ן באטייליגען פון טוזענטער מענטשען און אדמורי''ם רבנים, ראשי ישבות, מוצש''ק האט הרה''ג ר' אברהם חיים לוין שליט''א ר''י טעלז געזאגט ביי זיין דרשה די וויכטיקייט פון געבען די ריכטיגע כבוד פאר ת''ח, און דערציילט אז זיין רבי די פאריגע טעלזר ר''י האט געהאט א אנדרע מיינוג בנוגע מדינת ישראל מיטן סאטמרן רבי, אבער ווען די סטמרער רבי איז געקומען צו שיקאקוי ווי די ישבה איז, האט ער אים געבעטן ער זאל קומען רעדען, און בעפאר די סאטמרער רבי האט גערעדט האט די ר''י געזאגט אויפן אים, נר ישראל,עמוד ימיני פוטש החזק,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2004 22:22 לינק ישיר 

נאטורל ביסט א סאטמארער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2004 23:35 לינק ישיר 

וואס א חילוק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2004 23:37 לינק ישיר 

Rabbi Levin איז א שוואגער מיט'ן ציוני הידוע ראביי בערל וויין

איז דאס די גרעסטע פראבלעם היינט צו-טאג?

וועלכע נאך פראבלעמען אין די אידישע וועלט זענען געלעזט געווארען ביי די "אלעוועלטליכע אינטערנאציאנאלע 82טע אגודה קאנווענשאן"?

האט הרב שוויי גערעדט?

האט אביש בראדט געזונגען?

האט מען סערווירט אינדיג-TURKEY?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 00:10 לינק ישיר 

צבי
איך האב נישט קין געפיל פאר די אגודיסטען, אבער איך מיין אז אין די צייט וואס דיין קרייז פלאגט זיך מיט אזוי פיל פראבלעמען מבית ומחוץ, ווייקסטו דיך אין די טינוף פון אנדערע, זאל זיין סאטמאר אדער אגודה איז א לועג לרש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 00:25 לינק ישיר 

shia
first of all why don't I hear from you when the Satmorim bring links to Meshichistishe websites, don't they have problems in their Kreiz?
the reason I do laugh at others is BECAUSE what goes on in mine is sooo heartbreaking!
also, I was poking fun
נישט זיך "געווייקט"!
I think we should put you in the וועלט פארזארגערס section



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 04:19 לינק ישיר 

מרעדט דא פון די אגודה קאנווענשאן
און וויאזוי סאטמער ווערט געזען אין די אויגן פון די וועלט אמאל און היינט

שטיינמאנ׳ס פראטעסט איז געווען א מיאוס׳ע זאך פון די הייזשעקערס פון סאטמער
אן די מינדעסטע פינגער פרינט פונעם רבי׳ן זצוק''ל

תוקן על ידי - אינהכינמי - 30/11/2004 4:31:40



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 06:42 לינק ישיר 

איך האלט נישט אזוי

פונקט ווי עס איז ריכטיג צו זאגען אז די חב"ד משיח'זום איז א דירעקטע תוצאה פון דעם תעמולה פונעם אדמו"ר פון חב"ד (פארוואס איז נישט פארהאנען קיין טאשער משיח'יסטן)

דאס זעלבע מיז מען זאגען אז די שטיינמאן פראטעסט איז א 'פרתו של ר' אלעזר בן עזריה' פון סאטמאר רב זצ"ל.

נאר אויב דו בוסט א שטארקע חסיד קענסטו זאגען אז טראץ דעם וואס אסאך מאכען זאכען וואס לויט דיר, איז עס נגד דעתו של הרבי מסאטמאר, דאך קענסטו האלטן אז סאטמאר רבי האט געמוזט טוהן און זאגען וואס ער האט געזאגט אף על פי וואס א סאך לייט פארשוועכן זיין זכרון.

מ'קען אבער נישט זאגען אז עס האט נישט זיינע 'פינגער פרינטס' זיי מעיין נאך א ביסל און דעם ספר גחלי אש פון אלטער משה גאלדבערגער וועסטו זעהן אז זיי האבען גענוג חומר וד"ל.

איך ווייס און א סיפור פון פארלעסליכע מקורות אז א בחור אין סאטמאר ישיבה האט געשאלטן א גדול (איך ווייס די נעמען) און דער רבי ז"ל האט איהם ארויסגעווארפן...

זיין חשוב'ע טאטע איז געקומען צו לויפען מיט טענות צום רבי'ן "האט ער זיך דען דאס געלערנט פון מיר?"

דער רבי האט איהם געזאגט: דו בוסט ליידער גערעכט איך האב טאקע שויך געוואלט אסר'ן די בחורים פון לערנען ויואל משה מ'פארשטייט מיך נישט, אבער דאך אף על פי כן איך קען נישט שווייגען.

דאס הייסט ער האט געמאכט א פשוט'ע חשבון מ'מוז קעמפען קעגען ציונות אפילו אויב א סאך וועלן נישט פארשטיין אין טוהן זאכן שלא על פי תורה...אבער קיין מאהל האט ער נישט געלייקענט אז זיינע ווערטער קען זיין דאס פייער וואס צונט אונטער די משוגעים, ער האט נאר געהאלטן אז שווייגען איז ערגער!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2004 07:13 לינק ישיר 

קענסט עס רופען פארלעסליכער מקורות, איך רוף עס "מעשיות".





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הערליכע אגודה קאנטוונטשן פארגעקומען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext