|
|
| נשלח ב-1/12/2004 02:17 |
|
| |
יאסעלע,
באשטעטיג די פאקטען, אונז דא וועלען שוין זעהן אויב די אנטווערפען מיידעל שולעס זענען גוט אדער נישט, ראיות פין רבנים וואס האבען גארנישט געטוהען משנה צו זיין מיינט נאך נישט אז עס איז גוט.
וואס איז די פאקט?
לערנען זיי לימודי חול 5 שעה? (איך ווייס נאך נישט אויב עס איז אזוי געפערליך, און פוילין פאר די קריג זענען די מיידלעך געגאנגען אין פובליק סקול, ווייל מען האט געמוזט, און אידעשע סקול אויב די טאטע האט געלאזט, ווענד זיך וועלכע רבנים ער האט געפאלגט).
גייען זיי נעמען טעסטען צוזאמען מיט גוים? (אויך נישט געפערליך, ווענד זיך אויף די מצב, און ווי לאנג עס נעמט וכו', און נאך צענדליגע פרטים).
און איין כלליות'דיגע שאלה,
איז די מצב פין די מיידלעך בדרך כלל גוט אדער שלעכט, קומען די מיידלעך ארויס פין די סיסטעם מאדערען?
כשלעצמי קען איך מענער פין אנטווערפענער פרויען וואס לכאורה זענען פונקט ווי די פרויען פין דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2004 18:02 |
|
| |
ווי זיינען די אלע "קנאים" וואס האלטן ביים איינשרייען אין אר"י אז כביכול האבן געוויסע רבנים פון "דגל התורה" האבן מסכים געווען אוף "תוכנית הליבה"?
לגופו של ענין, ס'איז קלאר אז א'רב וואס ואוינט נישט אין דעם ארט און קען נישט די גאנצע הלוך ילך מיט די געזעצען פון דארט, קען נישט אריין מישן אין אזעלכע נושאים.
אזוי ווי אין דייטשלאנד האט רש"ר הירש גימאכט א'קאלעדזש, בהוראת שעה. אין ער איז געבליבן אערליכער.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2004 19:06 |
|
| |
באראפארקער:
שרייבסט דאך אליינס: "כשלעצמי קען איך מענער פין אנטווערפענער פרויען וואס לכאורה זענען פונקט ווי די פרויען פין דא."
די אנטוערפענער מיידלעך קען שיינער הייט קאמםערן מיט מיידלעך פון לאנדאן, ניו יארק און די רעשט איך גלייב נישט איז אין פורפאשען וועסטו זעהן א חילוק אין זייערע יראת שמים, מדות טובות וכו'.
אויך דארף מען וויסן וואס מיינט דאס לימודי חול, נייען? היסטאריע? מאטעמאטיקע? לממ=אי נפק"מ ווערס עס געט עס איסער, די פאקטן טוישן זיך נישט צופיל, מאידך גיסא די ליטוואקעס זיי פלאנען צו לערנען מיט די "יונגלעך" צוויי שעה לימודי קודש דהיינו חורש"י אדער גפ"ת, און 8 שעה די רעשט דא כאפט שוין יא א נפקא מינה.
א מיידל באלאנגט און שולע פאר איין סיבה, טו קיעפ דעם ביזי!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2004 21:01 |
|
| |
קאשויער רב שליט"א איז נאך געווען בכח אינטער צו שרייבן תשס"ג?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 03:17 |
|
| |
יאסעלע זיי מרחיב דאס וואס די זאגסט וועגען די ליטוואקעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 04:51 |
|
| |
באראפארקער??
אתמהה?
די זאגסט אז אין פוילען איז אזוי געוועהן?
עס איז דאך דא א תשובה אין דברי יואל אז זיין טאטע האט דאס מתיר געוועהן אין סיגוט גופא! (אין הספר תח"י) אויב די ווילסט וועל איך דיר דאס אויפזיכען.
סיי ווער עס האט נאך א זיידע אדער א באבע פון אונגארן קען געוואר ווערן אז אלע יונגלעך און מיידליך האבען גמוזט גיין אין סקול מיט אלע גוים.
אין די גרויסע שטעט האבען די ארטאדאקסישע קהילות געפירט מטעם המלוכה אייגענע למודי חול שוהל'עס כדי נישט צו דארפן זיצען מיט אנטי סימיטן אין איינעם, אין דאס האט דער קדושת יו"ט מתיר געוועהן. (ששאאאא! פארציילט נישט פאר די אנטי סקול דיסטריקט כעוורע..ווי איז דער יהרג ואל יעבור 'מינות כפירה' שא קיינער ווייסט נישט)
אבער אין רוב קליינע שטעט זענען אלע אונזערע באבעס אין זיידעס געגאנגען אינאיינעם אין שוהלע.
דאס איז א טריקענע פאקט!
איצט א שיינע מעשה:
דער גאלאנטער רב ר' יהושיע בוקסבוים זי"ע איז געוועהן א זוהן פון א פשוטער איד אין דעברעצין? זיין טאטע האט איהם אריינגעגעבען נאר אין דעם אידישער סקול נישט קיין תלמיד תורה, אבער דער טיטשער איז געוועהן א פרומער איד מיטען נאמען מר. שישא, ער האט געזעהן אז דאס קינד איז פרום מיט א גוט קעפל. האט ער מפציר געוועהן ביים טאטען זיינעם אז ער זאהל איהם שיקען אין א ישיבה.
ער איז טאקע געגאנגען לערנען תורה נאך זיין בר מצוה אין לבסוף אויס געוואקסן דער גרויסער גדול גאון וצדיק הי"ד
פארוואס פארצייל איך דאס?
הערט אין שטוינט!
דער סיפור איז געוועהן געדרוקט אין א קליין ספר וואס זיינע קינדער האבען יאהרן צוריק געדרוקט נאך דער מלחמה אין אמריקה לזכרו הקדוש. (דארט האב איך דאס געלייענט)
קומט זיין חשוב'ער אייניקל דער גרויסער גאון וצדיק הגאלאנטער רב שליט"א און גיט ארויס דעם ספר נאך אמאהל אין האט ארויס גענומען דעם מעשה!
איהם פאסט נישט אז זיין זיידע שטאמט פון א פשוטער איד אדער איז געגאנגען אין סקול וכו' וכו'
אויב ער וואלט געוועהן אן אייניקל פון ריש לקיש וואלט ער צענזורירט די גמרא!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 04:55 |
|
| |
איך דערמאן זיך אז דער ספר הייסט 'אור פני יהושיע'
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 06:18 |
|
| |
יוחי,
שכוח פאר דיינע ווערטער.
איך האב נאר געשריבען פוילין ווייל דארט ווייס איך, אונגארען האב איך נישט געוויסט, און ייש"כ פאר זאגען טאקע. דאס וואס די זאגסט וועגען די גאלאנטע, איז היינט נארמאל, בעסער געזאגט אייביג געווען נארמאל, עס איז דא ראיות אז צענזאראציע, איז פארגעקומען אייביג, ווען פארשידענע מעשיות האבען נישט געשטימט מיט די שפעטערדיגע אגענדע האט מען דאס משמיט געווען. איך געב נישט גערעכט דער הנהגה, אבער ההכרח לא יגונה, עס איז דא זאכען וואס די און איך "ווילען" אויך צענזארירען.
איך כאפ נאר אהן איין משל,
אין שבחי בעש"ט כת"י שטייט אז די בעש"ט האט געזאגט אז דער ש"ץ האט געהאט א ניצוץ פין משיח, ביי די געדריקטע האט מען דאס ארויס גענומען.
אה און נאך איינס,
און דער ספר יוחסין האט מען ארויס גענומען די מעשה פין די זוהר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 07:59 |
|
| |
יוהסי
סוף כל סוף איז די היינטיגע דור א בעסערע דור ווי פאר'ן קריג און מ'איז שוין נישט געצווינגען צו לערנען צוזאמען מיט גויים דעריבער אין א געוויסע נקודה אויב די רבנים וועלען זיך צוזאם נעמען ארויס צו גיין אקעגען, וועלען זיכער זיין די תוצאות אז מ'וועט עפענען אייגענע קלאסען פאר נאר וואס עס פעלט אויס.
יעצט וועגען די מעשה פונ'ם גלאנטע רב זצ"ל, גראדע האלט איך מיט די פרט אז מ'האט דאס צענזארירט, פאר די פשוטע סיבה אז די גלאנטע אייניקלעך זאלען נישט האבען קיין פראבלעמען מיט שידוכים. געווענליך רבנישע משפחות זענען זיך משדך מיט רבנישע (אדער רעביש) וואס קען איינער טאהן מיט א יחוס פראבלעם (למחצה ולשליש...)?! פארציילט מען נישט די מעשה און געענדיגט מ'איז א שיינער איד אן קיין פראבלעמען...
תוקן על ידי - כורמיזא - 02/12/2004 8:09:03
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 15:11 |
|
| |
כורמיזא, באראבארקער ...
איבער די סקול'ס,
לדעתי איז דאס וואס האט פאסירט אין קרית יואל מיט די דיסטריקט, כמעט אזוי ווי אין סיגוט מ'האט בוחר געוועהן את הרע במיעוטו און געזאגט פאר די אונגארישע מלוכה גיב אונז די ביכער מיר וועלן אליין לערנען מיט די קינדער די למודי חול.
לגבי גאלאנטע
איז עס אן עולה צו זיין א זוהן פון א פשוט איד?
מ'רעדט דאך נישט דא פון א מחלל שבת ח"ו.. סתם א איד'ל אן 'ארטאדאקס'
וויל זיך דען איינער נישט משדך זיין מיט'ן טאהשער רבי?
איהר ווייסט ווער דער פאטער פון השרף הגה"ק ר' משולם פייש זי"ע איז געוועהן? א סאך ווייניגער פון דעם גאלאנטער'ס פאטער
ס'האט איהם נישט געשאט פאר שידוכים בימים ההם דער הייליגער קאסאן'ער רבי ר' יהוסף איז דאך געוועהן זיין איידעם...
מיר האבען אבער היינט צו טאג א נייער צודרייטער וועלט
WITH NEW VALUES
|
|
|
|
|