בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

‫אבות ובנים-אויכט דא מחלוקת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2004 22:01 לינק ישיר 
‫אבות ובנים-אויכט דא מחלוקת


און אבות ובנים שלאגט מען זיך ארום, ווייל די א''י א''וב האט דאס יאר געפענט דא און אמריקא א''וב, און די אמרקאנער א''וב איז זייער אויפגערגט ווייל זיי האבען שוין די א''י דיגע איבער 6 טויזענט קינדער! און עס האט זיך געעפנט ערשט דאס יאר, און די אמריקאנער א''וב האט בערך 2 טויזענט קינדער און זיי שטייען שוין איבער 4 יאר, אוז וועגן דעם האבען זיי פראפגאנדעט וועגן די פריאעקט פון בית המקדש און אלע צייטונגען אבער למעשה איז עס נאר בלאף,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2004 00:37 לינק ישיר 

איז נישט אבות ובנים אין יעדע קהלה פריוואט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2004 01:12 לינק ישיר 

איך בין שוין איבער די יארן פון דעם פראגראם פון אבות ובנים...

מיין שאלה איז אבער, פארוואס דארף מען האבען אן 'ארגון' אויף יעדע מצוה?

מיר גייט עס אויף די נערווען.

אפשר וועט מען זאגען אז איך בין אן אפיקורס

אבער וואס טאקע האט הקב"ה פון דעם א צעהן טויזענט קינדער וועלן שרייען 'יקום פרקן' 3 אזייגער פארטאגס איבער דער גארער וועלט??

דער מחלה פון מאכען תעמולה מיט א יעדע זאך האט מען אימפארטירט פון ארץ ישראל... דארט איז אפילו 'אשר יצר' פאפיער, אויך א מבצע...

האט איהר נאך נישט געהערט פון דעם אשר יצר גמ"ח??

אויב איהר ווילט קענט איהר האבען איינער וואס וועט אפילו גיין פאר אייך אין בית הכבוד... לע"נ ...

יא פאר אלעמען איז גוט אן ארגון א חברה
פאר תורה
פאר עבודה
פאר גמ"ח
לטובת לערנען ברביםבעפאר משלוח מנות?
אודאי! פארשטייט זיך!

תהילים נאך חצות?

...אלע אין איינעם קומט אין די מאסען

לערנט איהר חק?
נישט גענוג!
מ'מוז לערנען צוזאם ביי די זעלבע שעה!

מארגען וועלן אידען איבער דער גאנצער וועלט פונקט ווען דער האן וועט קרייען צוזאמען מיר אלע מקטן ועד גדול וועלן מיר לערנען חק לישראל!!

נאר ביחד אלע אידען אינאיינעם בשעה שנותן הקב"ה לשכוי בינה

מי לה' אלינו!!

OOOOOOPS






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2004 03:15 לינק ישיר 

יוחי

האסט פארגעסען נשמת דאנערשטאג ביינאכט נאך חצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2004 08:01 לינק ישיר 

ס'קען זיין אז עס איז אביסעל איבער געטריבען די אבות ובנים אבער דאס איז זיכער אז יצא הפסדו בשכרו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2004 10:32 לינק ישיר 

כורמיזא ביזט גערעכט 100 %

איך וויל נאר מוסיף זיין,

איך האב גהערט פון א גדול בישראל, אז אין אזא צייט ווי היינט, וואס אלע גוים און פרייע אידען מאכען פראפאגאנדע און גרויסע ווינטען פון זייערע שמוץ וכו', איז מאויבי תחכמנו מצותיך, דארפען מיר פראפאגאנידרען און מאכען א טראסק מיט אלע דברים שבקדושה, בבחי' ויגזול את החנית מיד המצרי

נאר כדי יוצא צו זיי דעם ענין פון והצנע לכת עם ה' אלקיך, זאל זיך יעדער נעמען אין מקבל זיין אויף זיך א דבר טוב, אין דאס זאל זיין נאר בינו לבין קונו, און ער זאל עס האלטען בסוד במסי"נ (מתוך פראקטיק: ס'איז זייער שווער, מדארף האבען א סך כח צו שטיין אין דעם, עס נישט צו מגלה זיין באיזה אופן שהוא)

אבער די אנדערע זאכן, זאל ער זעהן צו מקדש זיין שם שמים ברבים באופן גלוי, אהן קיין שום בושה, ויגבה לבו בדרכי ה' !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2004 13:22 לינק ישיר 

שמחהלע!
איך בין אינגאנצן צומישט, ווער איז מחליט ווען את איז "ובחוקותיהם" און ווען עס איז "ויגזול את החנות".

"אין מקרא יוצא מידי פשוטו", ובחוקתיהם איז א טרוקענע לא תעשה, "ויגזול את החנות איז שוין פשעטליך".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2004 14:55 לינק ישיר 

שמחה'לע

אני חושש שאתה גר בארץ ישראל...וכבר אמר מרן רבינו זי"ע בשם היעב"ץ 'חן המקום על יושביו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2004 16:48 לינק ישיר 

יוסי
כל הכבוד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2004 18:25 לינק ישיר 

yohcee
איזה מרן רבינו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2004 19:06 לינק ישיר 

עס איז אינטערסאנט צו זען ווי די אמריקאנער א''וב אדווערטייזט די וואך אז זיי מכלומרישע פריעקט פון די ביהמ''ק איז אפגשטופט געווארען ווייל זיי דארפען צולייגען נאך זאכען צום פראיעקט...
ווי איך הער טוט ער די גאנצע זאך נאר צו דרוקען אויף די א''י א''וב אז זיי זאלען אים איבער געבען די גאנצע א''וב, אבער די א''י האלט נישט דערביי,
ווי אויכט איז אינטערסאנט צו זען אז און זייערע צעטלעך פון ביהמ''ק פראיעקט שטייט נישט קיין איין ביהמ''ד ווי עס איז דא א''וב?!
קען מיר איינער זאגען וויפל ב''מ עס איז דא אבות ובנים פון זיי? און די א''י איז דא איבער 6 טויזענט קינדער! און זיי האפען צו האבען ביז נאך חנוכה 10 טויזענט קינדער!


תוקן על ידי - NATRUL - 03/12/2004 19:13:56

תוקן על ידי - NATRUL - 03/12/2004 19:15:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2004 19:08 לינק ישיר 

ווערביןאיך

איך האב שוין א סלאגען פאר דעם אשר יצר פראגראם

מי ראה אלה יוצאים...

גוט שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 00:35 לינק ישיר 

if you wand your shul to have avot ibonim. call
845-356-0180
til after chanuka



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 06:31 לינק ישיר 

nutral
אויב ווילט איר אייער שול זאל האבן "אבות ובנים" ברענג דיין קינד מוצאי שב"ק אין לערן מיט אים.

יוחי,,, אין איך וועל דיר אויסזאגן א סוד (שא! קיינער הערט נישט?) זיי גייען נאך געלט פאר דעם פראגראם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 06:36 לינק ישיר 

he collects money for the prizes, no?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ‫אבות ובנים-אויכט דא מחלוקת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext