| נשלח ב-2/12/2004 17:15 |
|
| |
אלס איינער וואס איז אקטיוו אין אגודת ישראל באמריקה
קען איך זאגען אז איך האב שוין געוויסט אז עס גייט ווערן א סקאנדל אין אמריקה שוין איבער צוויי יאהר
ר' חיים דוד צוויבעל פון אגודת ישראל, איז שוין ספעציעל געפארן קיין וואשינגטון איטליכע מאהל, ספעציעל פאר רובאשקין פלאנט, מ'העט פרובירט צו שתדל'ן שטילערהייט איבער דעם ענין, ווייל עס איז באמת דא חלוקי דעות ביי שחיטה, און פאר די גוים קען מען נישט דאס מסביר זיין. (אזוי ווי דער ארטיקעל אין TIMES שרייבט קלאר, אבער נאר ווער עס ווייסט דעם יסוד הדברים פארשטייט דאס)
איך קען געבען פאר די גולשים אביסל BACKGROUND איבער דעם אישו
לויט דער מנהג\הלכה פון שחיטה מוז די בהמה זיין איבער געדרייעט פאר די שחיטה דהיינו דער שוחט מיז שניידן מלמעלה למטה. אבער א סאך גוי'שע מלוכה'ס האלטן אז דאס איבער דרייען איז א מין צער בעלי חיים.
רוב פוסקים האבען מתיר געוועהן מ'זאהל שחט'ן מלמטה למעלה ווען די בהמה שטייט און איז אין א קעסטל אין ווייסט נישט א רגע לפני שחטתה וואס עס קומט.
איך מיין אז אזוי שחט מען ביי 'מיעל מארט' אין איך בין זיכער אז אזוי שחט מען אין מונטריאל טורונטו וארץ ישראל ואירופה. (סאטמאר אין מונטריאל אויך)
דער פראלעם פון 'רובאשקין' איז אז דער רב המכשיר הגאון ר' חיים קאהן דיין דקהל עדת ישורין האלט פון דעם אלט'ן וועג און לאזט זיך נישט בייגען בשום אופן.
מ'קען אבער נישט קומען קיין וואשינגטון אין טענה'ן אז מיר מוזען 'נאר אזוי' .. ווייל -ווי דער ארטיקל באריכטעט- עס זענען דאך פארהאנן 100% היימישע שחיטות וואס מאכן נישט אזוי.
It's very difficult to defend in public this practice.
BTW its not Weismandel who insists that, I'ts Rabbi Cohen.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 17:35 |
|
| |
דער וואס זעהט די ווידיא כאפט אביסעל א רחמנות אויף די בהמות, ווייל אונז זענען נישט רגיל צו זעהן ווי בהמות שטארבען. מען דארף געדענקען זיי זענען סוף כל סוף בהמות. אויב האבען די בהמות רעכטען, דאן טאר מען זיי נישט הרג'נן אויף וואסערע אופן, נישט קיין חילוק מיט צער אדער אהן צער.
אין די ווידיא פין דער אייביגער איד, איז אויך דא א חלק ווי זיי פארשטעלען א שחיטה ביי די אידען, און זיי זאגען אז פונקט ווי אידען האבען נישט קיין רחמנות אויף בהמות, דארף מען נישט רחמנות האבען אויף זיי.
אין דייטשלאנד פאר די קריג, האט מען נאר געמעגט שחט'ן אויף א אופן וואס מען האט תיכף דערנאך געשאסען די בהמה. גאר אסאך רבנים האבען געאסר'ט די שחיטה אויף אזא אופן.
מען דארף געדענקען אז דא אין פרייע אמעריקא קען נאך זיין א געזעץ קעגען שחיטה.
איך מיין אז אין אנטווערפען, אדער עכ"פ איינער פין אייראפעישע מדינות טאר מען היינט צו טאג נישט שחט'ן. ווי איז דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 17:37 |
|
| |
יוסי,
בנוגע דעם ענין פון וואס דו רעדסט דאס הייסט "שחיטה מונחת דאס הייסט די בהמה ליגט
און אויף דעם עקשנט זיך מארגארעטען פונקט אזוי.
נאר וואס דען נישט דאס איז דער דיון דא.
דא איז דער פראבלעם אז די בהמה לעבט צו לאנג נאכן שחטן
איז די שאלה
האט דער שוחט דורך געשניטן אלע סימנים
אויב יא וויאזוי שטעלט זיך א בהמה אויף די פיס אין שטייט אזוי פאר גאנצע פינעף מינוט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 18:12 |
|
| |
מי אנכי
נישט פונקליך
עס איז יא פארבינדען איינס מיט דער אנדערע
אין א פעקטארי מוז מען דאך ארבעטען מיט א סיסטעם פון ASSEMBLY PRODUCTION
דרייעט מען תיכף צוריק די בהמה נאכען שחיטה
אבער דער אנדערער וועג ווען דער בהמה שטייט אין א שמאלע BOX אין ווערט גע'שחט'ען שטייעדיג. די בהמה קען שטיין א קורצע צייט נאכען שחיטה. נאכדעם פאלט די בהמה איין חלשות. און דערנאך טוט מען אויף הייבען די בהמה מיט א קייט אויף דער אונטערשטער פוס, אבער עס האט נישט קיין מעגליכקייט צו פרובירן צו גייען נאכען שחיטה.
Either way it is not pretty.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 19:15 |
|
| |
yohcee718
איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט וואס האט איבער דרייען ביים שעכטן מיטן זיך אזוי לאנג ווארפן ?
ווייל מען דרייט עס איבער ווארפט זיך עס לענגער ?
ביטע זיי עס נאכאמאל בעסער מסביר
די קעפעל פין די אשכול איז אז רבנים זענענן קעגן די שחיטה
איז עס טאקע אזוי ?
אויב יא פארוואס ?
אין וועלכע רבנים?
לעבט עס טאקע צי לאנג אויך לויט די רבנים? .
תוקן על ידי - getme - 02/12/2004 19:19:37
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 19:30 |
|
| |
i don't remember exactly but i think that in swiss they forbid shechita and they were the first one to have deseasesin the cattle
(not sure)
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 19:32 |
|
| |
די קעפל איז "רבנות" דאס איז די אר"י דיגע תורה אוטאריטעיט מטעם
און זיי זאגען אז דאס פלייש איז נישט כשר ווייל עס לעבט צו לאנג.
און בחדרי חרדים שרייבט א שוחט ASTROLOG וז"ל
עבדתי תקופה מסוימת במשחטה המדוברת.
כמעט ולא היו מקרים שפרה הצליחה לקום לאחר השחיטה. בין השחיטה למוות עוברים בממוצע 20 שניות. אם פרה בכל זאת קמה לאחר השחיטה, זה מפני שהשוחט לא חתך מספיק את הורידים(עורקי הדם הראשיים בצוואר).
בקשר לכאב שהבהמות חשות כן או לא, אין לי מושג. אף פרה עוד לא חזרה משם... מה שכן, שמעתי מאחד השוחטים שם שטען בלהט שלא יתכן שהפרות חשות כאב. הוא הסתמך על מחקרים שנעשו על אסירים שניסו להתאבד על ידי חיתוך הורידים והצליחו להציל אותם, ולאחר מעשה תיארו שחשו שהם הולכים ונרדמים ולא חשו כל כאב. וזה למרות שעשו תנועות כמה בעלי חיים אחרי
השחיטה.
דא האט איהר א לינק
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1203764
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 20:16 |
|
| |
אין די ענגלישע משפחה איז לעצטנס געשטאנען זייער אן אינטערעסאנטן ארטיקל וועגן שחיטה. ס'איז זייער כדאי עס צו ליינען. (כ'געדענק נישט יעצט פונקטליך וועלכע, כ'על מברר זיין, און עס פאוסטן).
פון די מינוט וואס מ'שחט א בהמה, ווערט עס אנקאנשעס, ווייל די עיקר בלוט פייפ (ארטערי) וואס פירט בלוט צום מוח, ווערט אפגעהאקט דורך די שחיטה. ממילא פונקציאנירט שוין נישט דער מח נערמאל.
דאס וואס די בהמה שאקלט זיך נאך נאך די שחיטה, איז נאר נערוון, אבער ער שפירט עס שוין נישט.
איך ווייס אז ס'איז דא פלעצער, ווי מ'לייגט ארויף די בהמה אויף אזא טשעין ווען ס'לעבט נאך, און ס'הענגט פון דאך. און גלייך ווי ער ווערט ארויף געשלעפט אויפ'ן טשעין, שחט מען איהם. און די בלוט רינט אויס. כ'מיין אז דער וועג איז סאך גרינגער פאר די בהמה. און אפילו אזוי, פלעגט זיך אויך די בהמה אביסל ווארפן.
אגב, איז מיר זייער געפאלן וואס זיי שרייבן דארט אין יענעם ארטיקל, אז די אידישע שחיטה איז בעסער ווי די אלגעמיינע שלאכטהייזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 20:17 |
|
| |
getme
די אישו איז אז די בהמה קען זיך נאך, נאך דעם שחיטה זיך דרייען...
פלוס בכלל דאס איבערדרייען די בהמה איז לפי הגוים אכזוריות'דיג.
מי-אנכי
'רבנות' איז מטעם דער ממשלה ('ראבאנוט' בלשון עמינו)
זייער כח קומט פון דעם, אז לויט דעם חוק המדינה טאהר מען נישט אימפארטירן קיין שום פלייש נאר כשר'ס, און נאר דער 'רבנות' קען געבען אזא לייסענס זיי האבען דעם סמכות פון דער כנסת.
עס איז א גרויסער סוד אז די עדה האט גמוזט מאכן אן אפמאך מיט דער 'טריפה'נער' רבנות כדי צו ברענגען כשר פלייש פון דרום אמריקה מיט דעם הכשר פון עדה החרדית. דהיינו אלע עדה שוחטים אין משגיחים האבען זיך גממוזט שטעלן פאר די רבנים פון דער רבנות..
שאאא קיינער טאר דאס נישט וויסען.
דאס זעלבע איז מיט רובאשקין ער מיז זיך צו שטעלן צום דיקטאט פון די רבנות ווייל זיי האבען דאס רעכט איהם אפשטעלן אלע עקספארטן קיין ארץ ישראל
ווי באלד כמעט אלע פלייש אין ארץ ישראל איז כשר, רעדט מען דא פון א מאסיווער מארקעט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 22:32 |
|
| |
yohcee
I find it hard to believe that the government, especially the Bush administration, would "stop the presses" just because of a hidden video, which has no real proof that it was taken in AgriProcessors, at least not permissible in court, taken by a RADICAL group like PETA which would want to stop all slaughter of meat?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 22:35 |
|
| |
מי אנכי
נישט ביי גיטין וקדושין
דער מדינה האט געלאזט די עדה די רעכט פון גיטין וקדושין וואס זיי האבען נאך געהאט מימות די BRITISH MANDATE דאס הייסט אז די עדה שרייבט איין דירעק צום משרד הפנים נישט דורך די רבנות.
אבער ווער עס האט חתונה סיי ווי אין ארץ ישראל מיז זיך איינשרייבן ביי א רב וואס איז א מעמבער אין 'היכל שלמה'
ד.ה. אז למשל די רבנים וואס זענען מסדר קדושין אין בני ברק זענען טעכניש עובר אויף דעם חק כמו הרב ואזנער שליט"א ער איז נישט קיין מעמבער אין היכל שלמה ...מ'מאכט א שווייג אין מ'שרייבט איין אז אנאנדערע רב האט מסדר קדושין געוועהן ... כמו שעושין פה בארה"ב
א איד מוז אלע מאהל מאכען א שמיי דריי
מנהג אבותינו בידנו!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 22:37 |
|
| |
דער פראבלעם דארט ביי רובשקין איז נישט וועגן שחיטה מונחת
שחיטה מונחת איז נישט קיין לכתחילה, ער איז אזוי געווען דער מנהג אין אלע צייטן ווייל אנדערש האט מען אמאל נישט געקענט, אבער עס איז איינשטימיג אנגענומען אין די פוסקים אז אויב קען מען שעכטן די אנדערע וועג איז פונקט אזוי גוט לכתחילה
דעריבער האט מען דאס טאקע איינגעפירט אין אלע בית השחיטות אין אמעריקע, ווייל היינט ארבעט עס בעסער פראקטיש אזוי
דאס איז אבער נאר אין אמעריקע
כמעט איבעראל, ענגלאנד, אוראגוויי און זיכער ארץ ישראל שעכט מען נאך היינט שחיטה מונחת
די סיבה?
ווייל דער רבינות האט א שגעון אז עס מוז זיין שחיטה מונחת, און אין ארץ ישראל קען מען דעריבער נישט אריינברענגען נאר שחיטה מונחת געזעצליך
אפילו די עדה החרדית שעכט דעריבער אויך נאך שחיטה מונחת, אבער נישט ווייל זיי האלטן אז אנדערש טויג נישט, נאר ווייל אין ארץ ישראל קען מען נישט אנדערש אריינברענגען
רובשקין איז די איינציגסטע אין אמעריקע וואס האט אן אייגענעם פלענט, און זיי אימפארטירן אויך אויף ארץ ישראל, דעריבע שעכטן זיי שחיטה מונחת
דאס איז נישט א חומרא וואס הרב חיים קאהן "וויל זיך נישט אוועקרירן", ווי איינער האט דא געשריבן אויבן. עס איז נאר ווייל זיי קענען, און ווייל זיי "מוזן", ווייל זיי אימפארטירן קיין ארץ ישראל
יעצט, צום חלק פון ווארפן נאך די שחיטה
כמעט יעדע בהמה ווארפט זיך נאך די שחיטה, נישט קיין חילוק צי שחיטה מונחת צי שחיטה עומדת. איין בהמה 3 סעקונדעס, איז 5 סעקונדעס און איין 15 סעקונדעס, יעדע אנדערש
דער חילוק איז נאר, אז ביי די אנדערע שחיטות איז אזוי דער סיסטעם, אז נאך איידער די שחיטה ווערט די רעכטע פיס צוגעבינדן צו א קייט, און די רגע נאך די שחיטה ווערט די בהמה ארויפגעצויגן אויפן דאך אויף די אסעמבלי ליין, דעריבער דערקענט זיך נישט אזוי דאס ווארפן
ביי שחיטה מונחת קען מען נישט ארויפבינדן די קייט אויף די רעכטע פיס, ווייל ווען די בהמה איז איבערגעדרייט איז די פיס אויף די אנדערע זייט (ווי דער משל פון מנשה ואפרים), דעריבער קען מען בעסער אנזען נאך די שחיטה ווי די בהמה ווארפט זיך
דאס ברענגט נאר א דריטע ענין
ווען מען ציט גלייך ארויף די בהמה אויף די אסעמבלי ליין, רינט דאס בלוט גוט אויס, און אויך, ווייל דער לאך פון די שחיטה איז אויף אראפ.
אבער ביי שחיטה מונחת, רינט דאס בלוט צוריק אריין אין קערפער און דאס קען גורם זיין וואס ווערט גערופן "בלוט שאד", עס מאכט אז דאס פלייש זאל נישט זיין אזוי שיין, אפילו ווען עס ווערט אויסגערייניגט פון בלוט דורך זאלץ
ביי שחיטה עומדת קען זיך אויך מאכן בלוט שאד, ביי 2 פראצענט בהמות. אבער ביי מונחת איז עס מער מצוי
דעריבער טוט רובשקין, אז תיכף ומיד נאך די שחיטה, שניידט מען אויס מיט א הוק די גאנצע קנה און ושט און די גאנצע האלז, וואס העלפט אז די בהמה זאל גוט אויסבלוטן
דאס טוט מען נישט ביי אנדערע שחיטות, און דאס איז די שאלה להלכה דא, ווי איר קענט זען אין ניו יארק טיימס
וואס די שאלה להלכה איז, וועל איך שוין מסביר זיין אן אנדערס מאל, איך האב נישט קיין נערוון יעצט, אבער למעשה, איז דאס א מחלוקת הראשונים, אבער אויך נישט צי עס איז כשר, נאר אויב מען מעג עס טוהן, און מיר פסקנען אז עס איז כשר וישר למהדרין מן מהדרין
וועגן צער בעלי חיים דארף קיינער נישט ווערן צו איבערגענומען, ווייל מען שעכט שוין בהמות זייט ששת ימי בראשית און דאס איז א נאטורליכע זאך. נאר וואס דען, היינט איז מען נישט צוגעוואוינט ווייל מען זעט דאס קיינמאל נישט. אינדערהיים איז מען גארנישט אזוי איבערגענומען געווארן ווען דער אקס האט זיך געצאפלט נאך די שחיטה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2004 23:21 |
|
| |
איך גיי נישט אריין אין די גאנצע נושא, נאר דאס וואס איז געשטאנען אז מ' שלעפט ארויף די בהמה מיט א טשעין נאך פאר'ן שחט'ן, איז ביי בהמות דקות ווי קעלבעלעך און ציגן אבער נישט ביי קיין קוהן און אקסען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2004 01:24 |
|
| |
אגב, אין בית המקדש האט מען אויך גע'שחט'ן שחיטה מונחת.
|
|
|
|
|