דער רבי שליט"א איז מוחל
פאריגע וואך בין איך געווען ביי איינס פון די רבנים פון וועם איך פלעג נעמען בילדער אין ניו יארק, און דארט ביי יענע חסידות האט מען נישט אזוי שטארק ליב בילדער, איך האב גענומען קורזאש און ארויף געגאנגען די סטעפ'ס וואס פירט צו היים פון יענע רבי, איך האב געבעטן דעם גבאי זאל מיר אפשרייבן א קוויטל, דער גבאי קוקט מיר אן, "וואס טוסטו דא" שוין באין ברירה דער גבאי שרייבט מיר א קוויטל, איך גיי אריין צום רבי'ן.
דער רבי פרעגט מיר
איר רעדט יידיש?
(איך)
יא!
(רבי)
ווער זענט איר?
(איך)
דער און דער, מיין ברודער איז דער און יענער
(רבי)
אוה יעמאלט האט איר דאך א חשוב'ן ברודער
(איך)
יא יא ער איז א יוד א עובד ה'
(רבי)
[ליינט דעם קוויטל און וואונטש מיר אן]
(איך)
כ'האב געוואלט בעטן דעם רבי'ו זאל מיר מוחל זיין
(רבי)
וואס דארף איך אייך מוחל זיין?
(איך)
איך בין אמאל געווען א פאטאגראפירער און כ'האב גענומען בילדער פון רבי'ן שלא ברצונו
(רבי)
נא ס'גארנישט איך ווייס נישט פון דעם
(איך)
אבער פארט איז מיר דער רבי מוחל?
(רבי)
דער רבי געט מיר די האנט איך בין אייך מוחל במחילוה גמורה
און דער רבי האט מיר אנגעוואונטשן הצלחה מיט אלעם וואס כ'ברויך.
 |
|
|