בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מזל טוב!!!!! Jewboy

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2004 23:42 לינק ישיר 

מזל טוב דזובי

דאס פאלגענדע שרייבט באטשי (BACCHI) איר געדענקט אים נאך? אין פורם בחדרי חדרים.

ליינט און האט הנאה




מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

לכבוד דיר החתן המושלם בין איך איך ארויס געקראכען פון מיין ריטייערמענט דאכענע, אפגעשאקעלט די פעדערן, אנגעטוהן די שעלקעס, פארשנירט די שטעק שיך, אויסגעבלאזן די נאז, מקנח געווען די וואנצעס, מתקן געווען דעם קשר אין זקן העליון, ארויפ גערוקט די בריל נענטער צו די אויגן ברעמען, פארקנייטש די פארטשיילע, אויסגהוסט, אויגענוסט, אויסגעקרעכצט, אויסגעשפיגען אוין אראפגעשלינגען, אפגעגאסען און אויסגעגאסן, זיך מכין געווען געוועהן, געזאגט די תפלה במקום מקווה אין די תפלה במקום קדיש וברכו, והנני.

דער באשעפער זאל אייך העלפן (דיך, דיין כלה, דיינע עלטערן, אירע עלטערן, אין כל הקהל הקודש הזה) איער זיווג זאל עולה יפה זיין, ותזכו לבנות בית נאמן בישראל.

אזוי ווי איך ווייס נישט ווען איך וועל מיך נאכאמאהל אויסקראצן צו גיין שפאצירן אין היגען פארק, וויך איך דיר ביי דער געלעגנהייט שוין ווואנשן אויף להבא.

די חתונה זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת
מזל טוב!

דער ברית זאל זיין בעתו ובזמנו
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים (זאלסט נישט פארגעסען ביי קריאת השם צולייגן א "ניק")

מזל טוב!

בת תחלה סימן יפה
תזכו לגדלה לבעל תורה ולחופה ולמעשים טובים

מזל טוב

כשם שנכנס למצוות כן יכנס וכו'

מזל טוב

דער זיווג זאל עולה יפה זיין

מזל טוב

האבן אזאך נחת פון דעם איינקל אין פון אלע

מזל טוב

העכסט צייט צו ריטייערן

מזל טוב

ער טאנצט נישט מיט קיין בעזעם, נאר מיט א וואקיום קלינער

מזל טוב

ערשטע איר איינקלס חתונה?

מזל טוב זיידע!!!!! ( הויך! ער הערט שווער)

אוי וויי, דז'ובוי? בישט זיכער ?
כ'געמיינט דער בחור האט פארגעסן פון אים?

ווי אלט איז ער געוועהן?
נו! קיין יונגערער זאל נישט שטארבן
ת.נ.צ.ב.ה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 23:46 לינק ישיר 

מזל טוב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 23:57 לינק ישיר 

א הערצלעכן מזל טוב!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2004 00:28 לינק ישיר 

מזל טוב! מזל טוב!

אסאך אידיש נחת

זאג נאר דזובוי פארדעם ביסטו געווען אזוי אנגעצויגן ביי קאנטינענטל?
האסט זיי דעדארפט זאגן אז די ווערסט א חתן

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1207876



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 00:54 לינק ישיר 

MAZEL TOV VYHR SHAZIVIG YALEH YUFEH AD BIES HAGOEL B.B.A.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2004 01:32 לינק ישיר 


א גרויסן ישר כח פאר די אלע וואס האבן געוואונטשן דא אויף הייד פארק און וועלן וואונטשן אי"ה, און אזוי אויך א שכויח פאר די וואס האבן געוואונטשן אויפן טעלעפאן / מעסנג'ער / אימעיל.

דער אייבערשטער זאל ענק העלפן מיט אלעם וואס עטס דארפסט בין ברוחניות ובין בגשמיות פאר אלע יודן בכל מקום שהם.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 01:44 לינק ישיר 

מזזזזזזזזזזזזזזזל טטטטטטטטטטטטטטטטטטטובבבבבבבבב!


יעצט דערהאלטען די פרייליכע בשורה, ויה"ר שתזכה לבנות בית נאמן בישראל והזיווג יעלה יפה יפה, עושר ואושר באהליך תמיד, מתוך הרחבת הדעת ואריכות ימים ושנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 02:17 לינק ישיר 

מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!!!

מיט וועם??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 02:54 לינק ישיר 

מזל טוב JEWBOY u r worth it



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 03:27 לינק ישיר 

דזשובוי, ווי קען אן אלטער פריינד פון דיר פארגעסן?


מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 04:27 לינק ישיר 

א הארציגן מזל טוב דזשובוי!!
איך האב פשוט געטאנצן פאר שמחה, פאר הערן די בשורה טובה, אז ב"ה אונזער דזשובוי איז א חתן געווארן!
זאל טאקע דער באשעפער העלפן עס זאל זיין א קשר של קיימא, מיט געזונט, נחת, הרחבת הדעת, און אסאך געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 04:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א שמחה פון א רבי מיט אזויפיל חסידים ווי דזשובוי דארף א "סימבאל" נישט אזוי??

מזל טוב! מזל טוב!! יה"ר שיהי' קשר של קיימא ובנין עדי עד, ותזכה להעמיד בית נאמן בישראל ע"ד ישראל סבא לשם ולתפארת ותראה דורות ישרים ומבורכים ודרכך יהי' סוגה בשושנים באושר ועושר חיי אריכי ובני בריכי וכל טוב סלה כאוות נפשך הטובה וכאוות נפש המברכך





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2004 04:37 לינק ישיר 

מזל טוב! מזל טוב!

דזובוי דיין שמחה איז אונזער אלעמענס שמחה!
מיר וואונטשען דיר א גליקליך לעבן ולבנין עדי עד!
ומשמחה זו ישפע לנו ולכל ישרא־ל אמן

מריחוק מקום בקירוב הלב
יאר דיי הארד פענס אין ברוקלין

סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב יהא לנו ולכל ישרא־ל

נו טאנצט׳זשע אלע אביסעלע!



לחיים! לחיים!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2004 04:39 לינק ישיר 

מזל טוב טייערער דזשובוי. דו האסט נישט קיין אהנונג וויפיל אידן דו האסט מחי' געווען. איך מיין אז דו דארפסט א חתן ווערן מער אפטער.

קיינער וויל נאך אלס נישט אויסזאגן די גרויסע סוד ווער עס איז די גליקליכע מיידל וואס האט זוכה געווען צו דזשובוי.

דאס איז וואס איך האב צוזאמענגעשטעלט:

די שידוך איז מיט א מיידל פון ארץ ישראל (איינער האט דא געשריבן אז ער האט אים נעכטן געזען אין סאטמאר, אין ירושלים)

די שאלה איז נאר וואס האט דזשובוי געזוכט פאריגע וואך אין אמעריקע?

נאר, ער איז מסתמא אהערגעקומען איבערבעטן יענעם רבי'ן וואס ער האט אומווילנדיג געטשעפעט, און דער רבי האט אים מוחל געווען און געוואונטשן אז ער זאל א חתן ווערן.

און איין וואך שפעטער איז ער טאקע א חתן געווארן.

האבן מיר א מופת פון א רבי'ן...

מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט פארוואס ער איז געפלויגן מיט קאנטינענטעל. ווי עס זעט אויס איז יענער רבי א סאטמארער, און דזשובוי איז לכבודו נישט געפארן מיט די ציוניסטישע אל על.

וואס זאגט עטס צו מיין תורה?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2004 04:55 לינק ישיר 


מזל טוב דזשובוי מעומק הלב
[\-/][\-/][\-/][\-/][\-/][\-/][\-/][\-/][\-/][\-/][\-/]

תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 08/12/2004 4:58:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מזל טוב!!!!! Jewboy
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.