נשלח ב-8/12/2004 01:21
לכבוד שמחת דזובוי. א ליסט פון קשיות לכבוד די גרוסע שמחה במחננו
וויל איך מציע זיין דעם עולם צו פאוסטן באקאנטע קשיות אין אויך קורצע תירוצים
דהיינו דעם בית יוסף'ס קשיא, דעם פני יושע קשיא
די ערשטע -און לענ"ד די שווערסטע -קשיא אבער פון אלעם איז די תורה'ס קשיא
אין פרשת בהר
"ואם תאמר: מה נאכל?"
תירוצים וועלקאם
העפי טשאנוהקא
נשלח ב-8/12/2004 02:20
אין די גמרא איז דא צוויי גרויסע קשיות:
1) כסף מנלן?
2) מי בראש?
ווער ס'האט א תירוץ אויף די קשיות זאל זיך ווענדן צו מיר אין די תיבה אישית (פאר פראצענטן)...
נשלח ב-9/12/2004 00:37
בעל גאווה
ביזט איין איש אמת
אבער אויב מי שמך לאיש איז א קשיא איז די ערשטע קשיא:
השומר אחי אנוכי?
אדער נאך פריער, די שטארקע קשיא: איכה? (סגול יוד)
ווער ווייסט אבער א תירוץ אויף דעם רב החובל'ס קשיא?
נשלח ב-9/12/2004 03:17
באטשי,
דער תירוץ אויף'ן רב החובל'ס קשיא ווייסט דער וואס שלאפט!!
אויב די פארשטייסט די תירוץ באקומסט די איין פאינט.
נשלח ב-10/12/2004 01:06
בארא פארקער
פונקט קאפויער
יך וועל דיר ענטפערן מיט א שאלה
אויף וועלכע שאלה קען קיינמאהל נישט ענטפערן: יא
(אז דו וועסט כאפען דעם פאינט - באלאנגט עס דיר...)
הינט: פרעה'ן האט מען נישט געקענט פרעגן דעם רב החובל'ס קשיא
נשלח ב-10/12/2004 03:15
באטשי: שלאפסט אפשר יעצט???
זעהט אזוי אויס............
נשלח ב-10/12/2004 20:06
KAJ
געוואלדיג
אויב מקען נישט ענטפערן יא, נו וואס האט דער רב החובל געפרעגט
BTW
1) אויף וועלכע שאלה איז אומעגליך צו ענטפערן אמתדיג: ניין
2) אויף וועלכע שאלה מוז מען ענטפערן : איך ווייס נישט
3)אויף וועלכע שאלה איז דער בעסטער תירוץ : איך ווייס נישט
4)אויף וועלכע שאלה ווייסט מען אזוי לאנג ביז מען ווייס גארנישט
אביסל קינדיש, אבער בעסער ווי אז"ל
שבת שלום
תוקן על ידי - baachi - 10/12/2004 20:12:52
נשלח ב-14/2/2005 22:03
באטשי, אפלטון, בארא פארקער, וכולי
וועקט אייך אויף פון אייער שלאף און זייט מהנה דעם עולם מיט אייער בא'טעמ'טע פאליטיק-ריינע תגובות
נשלח ב-15/2/2005 02:20
יא, אז מען שלאפט און מ'פרעגט איינעם "דו שלאפסט"? קען ער נישט ענטפערן "יא"...
אז דו הייבסט אן מיט די סארט חידות איז פאראן טויזענטער און טויזענטער. עס זענען שוין געווען אין אזויפיל אויסגאבעס וואס איך געדענק שוין נישט אלע זייערע נעמען. יפה בעתו און נאך אנדערע.
עטליכע וואס ליגט מיר אין קאפ אויפן מאמענט:
1) וועלכע וואסער קען נישט פארפרוירן ווערן?
2) וועלכע מצוה קען מען נישט מקיים זיין שטייענדיגערהייט?
תירוץ:
1) הייסע וואסער (ס'מוז קודם ווערן קאלט)
2) מפני שיבה תקום
נו רבותי, ס'איז אדר, גיט'ס א שמייכל!
נשלח ב-15/2/2005 03:43
חז"ל לערנען אונז "למוד לשונך לומר איני יודע" (איך געדענק נישט וואו)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.