באמבע! פרישע פאלשע בילדער פון זאליס!
די גאס איז אויף מיט דעם נארישקייט וואס די זאליס זענען באגאנגען די וואך אין דער איד, מיט'ן ווידעראמאל פעלשן די בילדער פון א מסיבה אויף אן אומפראפעסיאנאלן וועג, טראץ וואס זיי זענען שוין אויסגעטאן געווארן נאקעט מיט א יאר צוריק ביי די בילדער פון די יושנה מסיבה אין גלילות פון וואודבערי, אינעם אפגעשפארטן בילדינג אויף לארקין ראוד.
היינט צופרי ביי גרינ'ס רעסטוראנט האבן אפילו די זאליס געהויבן די הענט מיט דערשלאגנקייט, אז מען האט זיי ווידער געפאקט, ווען זיי זענען אויפגעוויזן געווארן שווארץ אויף ווייס אז דאס אויבערשטע בילד אויפ'ן ערשטן זייט פון דער איד איז צוזאמגעשטיקלט פון עטליכע בילדער - ווער ווייסט וויפיל מאל.
ווער עס באטראכט גוט דאס בילד בעת דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען זעט אז די אויפ'ן רעכטן זייט פונעם בילד קוקן אויף'ן רבי'ן שארף אויף רעכטס, און די פון די לינקע זייט קוקן אויפ'ן רבי'ן שליט"א אויף לינקס.
|
|