ס ו ד ו ת פולע מענטשן: איר קענט זיי?
סארא אינטערעסאנטע טיפ מענטשן, זענען פארהאן אין דעם אויבערשטענס וועלטעל.
* * *איינער פון זיי איז בלי ספק די * * *
ס ו ד ו ת ' פ ו ל ע מ ע נ ט ש ן ! ! ! !
ששששששששששש...............ששששששששששש....
איר קענט זיי?
די סודות'פולע מענטשען, וואס זייער עצם עקזיסטענץ איז א מיליטערישער העכסט געהיימער סוד...
די וואס ווילן וויסן אלעס וואס טוט זיך ביי אייך, און ביי יעדן אין ביהמ"ד, אבער זיי וועלן איך ניט ענטפערן צו עס רעגענט אין גאס.
ווען עס שטייט א קופקע און שמועסט, וועלן זיי צוגיין צו איינעם אינמיטן און אריינמורמלען אין אויער - סיקרעט אין פאבליק - זייער מיינונג איבער די טעמע, נישט הויך אויפן' קול, ווי אלע אנדערע, ווייל ס'איז א סוד
קוקט נאר גוט, ווען זיי ווארפן אריין די פעני (אדער ניקל אדער דיים אדער קוואדער, כ'בין באמת נישט זיכער) אין די פושקע, האבן זיי זא ספעציעלע פאטענט ויאזוי דאס צו פארשטעקן צווישן די דומען פינגער און די איבעריגע פינגער, און זיי טינקן איין די הענט טיעף אין די פושקע, ווי די אום אנטפלעקטע מטביע'לע פאלט אריין שנעל, און מישט זיך אויס געשיקט צווישן די פולע אנדערע מטביעות אין די פושקע.
ס'איז געלונגען, טראץ מיין גרעסטע אנשטרענונג, האב איך נישט געקענט זעהן וואסארא מטביע דאס איז געווען!
די סי. איי. עי. און די קעי. דזשי. בי. מיט די ש.ב. קענען זיך פארשטעקן פאר די סודות'פולע אידעלעך.
קענט איר זיי??
קענט איר אנדערע מאדנע טיפ מענטשן?!
 |
|
|