ביז....... סאיז אנגעקומען די "אלייענס" און אויפגערייצט די שכנים קעגן קרית יואל (http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1212517) און מיט דעם געברענגט א שרעקליכע העצע קעגן הייליג שטעטל. אלע אנטיסעמיטן האבן זיך צאמגענומען אז זיי גייען באקעמפן די וואסער פון קרית יואל. זיי האבן געמאכט אסיפות ווי מען האט צאמגערעט גאר שרעקליכע דיבורים קעגן אידן. די לאקאלע ברענטש פון די קו-קלוקס-קלען האט זיך אויך צוגעשטעלט גאר שיין צו דעם קאמף קעגן קרית יואל. איין גרויסע אנטיסעמיט האט געשריבן א בריוו אז קרית יואלע אידן זענען בלוט זויגערס, זויגן אויס די גאנצע געלט פון די גויאישע שכנים, זיי פארלעשן נישט די וואסער גאנץ שבת און אנדערע געפערליכע ווערטער וואס מען האט שוין נישט געהערט זייט היטלער.
יעצט נאכ'ן אויפרייצן די גויאישע שכנים זענען געגאנגען די צינדערס און געלאפן צו די גוים שרייען "אחינו אתה", אונז זעמיר ברודערס, אונז זעמיר מיט ענק, אונז האמיר ענק ליב. אונז זעמיר קעגן די וואסער פייפליין, מיט א שרעקליכע עד וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די רעקארד היינט זונטיג.
ווי קומט אזא רשעות צו אידן? און נאכדערצו אידן וואס האבן זיך גערייצט מיט די גוים אויפן ערגסטן פארנעם, ווי גוט אויסגעשמיעסט אין אנדערע אשכולות?
פארגלייך זיי נישט צו די נטורי קרתא. די נטורי קרתא האט קיינמאל נישט דערקלערט פאר די אראבער: גייטס ווייטער אן מיט ענקערע רציחות און טעראריזם ווי לאנג מדינת ישראל ברעכטס זיך נישט צו ענק.
די אלייענס אין קרית יואל דערקלערט קלאר אין זייער עד, פאר די שונאי ישראלים: קיפּ אן! גייטס ווייטער אן מיט דעם קאמף קעגן געבן וואסער פאר קרית יואל! זאלן קרית יואל'ער מאמעס און פיצלעך קינדער אויסגיין פאר דורשט.
איך גלייב אז אפילו די זאליס וועלן מודה זיין אז דאס איז שוין געגאנגען אווער די לימיט.
נשלח ב-12/12/2004 14:07
מישהו רוצה לבנות כאן פורום על חשבון הפופולריות של JEWBOY ושולח לינק לכל אשכול בפורום שלו.
לדעתי סכום הלינקים לפורום ההוא כאן כבר מזמן עברו את הטעם הטוב, מי שיש לו ענין לבקר שם מזמן יודע כבר את הכתובת.
נשלח ב-12/12/2004 17:02
געדענקט איר די ערב רב ?
געדענקט איר די מתיוונים?
געדענקט איר די אידישע קאפויס?
דאס וואס שפילט זיך אפ איז היינו כך
מען חנפט שונאי ישרא־ל אויפן חשבון פון שלאגן אייגענע אידישע ברודער
די יודישע קאפויס וואס האבן געפייניגט זייער אייגענע ברידער פאר זעכציג יאר צוריק
זענען אויך דערמערדערט געווארן דורך די דייטשן
עס האט זיי גארנישט געהאלפן
דא איז נאך מער!
די אלייענס ערב רב זענען זעלבסט שולדיג
פארן אויפהעצען די גוים קעגן זייערע אייגענע אידישע ברודער
זיי האבן אנגעצינדען דעם פייער!
זיי האבן געגאסן אויל אויפן פייער!
און יעצט ווילען זיי גאר לעשן....
נשלח ב-12/12/2004 20:18
מעשוג(ענער), שוין ווייטער פארפירסטו
ס'איז דא ערגעץ אויף חדשות אנש א אשכול פאר אזעלכע 'וועלט פארזארגערס' ווי דו. איך קען אפשר וויסן פארוואס די מוזט מוסר זאגן פאר יעדן איינעם? ווער האט דיר געפרעגט? ווער איז אינטערסירט צו הערן דיין מיינונג?
בכלל האב איך דיר שוין פונלאנג געוואלט זאגן אז דו באלאנגסט נישט דא אויף חדשות אנש. חוץ בלאזן און שרייען אויף יעדן ברענגסטו נישט קיין שום וויכטיגע אינפארמאציע. זיי מוחל גיי קיין חדשות אנטווערפן-וויזניץ און אויב איז נאכנישט דא אזא פארום עפן עס אויף און געב דיך דארט אויס דיינע גרעבעכצער.
נשלח ב-13/12/2004 21:40
פומבדיתא
מאישה חור יצאת ?
אתה כותב לי אנחנו גולשי חדשות אנ"ש? ממתי אתה מגולשי חדשות אנ"ש? לפי התגובות שלך אתה בכלל גולש בפורום אחר.
כן תנסה בפוורם בחדרי חרדים או במקום פופולרי אחר לבנות את הפורום שלך על חשבונם ויראו לך מהר מאוד את הדלת.
יש לך משהו מענין להגיד תגיד את זה כאן, למה אתה מנסה לסחוב את הגולשים( בהצלחה מועטה) מכאן
אל תנצל את העובדה שגו'בוי הוא רך לבב ולא אומר לך בפרצוף את מה שהוא חושב.
נשלח ב-13/12/2004 22:05
פומפדיתא האט א גערעכטע טענה, פארוואס דארף מען האלטן אין איין לייגן לינקס צו דעם נייעם אהרונישן פארום "נייעס אין קרית יואל", וועלכע איז אויף אסאך א שוואכערן ניווא פון חדשות אנ"ש.