בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די נאצי-ליבהאבער אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/12/2004 11:53 לינק ישיר 
די נאצי-ליבהאבער אין קרית יואל!

קרית יואל איז היינט א שטאט ווי יעדע אנדערע שטאט אין די וועלט. אונז דארף מיר זיך מער נישט שעמען פין קיינעם. אונז האמיר שוין היינט אפילו אונזערע אייגענע נאצי/טעראריסטן/אנטיסעמיטן ליבהאבער וואס גייען זיך קושן מיט די גרעסטע שונאי ישראלים. אונז דארף מיר זיך מער נישט שעמען פאר וויליאמסבורג און בארא פארק וואס האבן די נטורי קרתא.

ווי יעדער איינער ווייסט שוין ליידט קרית יואל פין א מאנגל אין וואסער שוין פאר יארן. מיט א פאר יאר צוריק איז דער מעיאר אברהם ווידער אויפגעקומען אויף א געוואלדיגע פלאן אז קרית יואל זאל נעמען וואסער פון ניו יארק סיטי'ס רעזערווארס. ער האט אויסגעארבעט א פלאן, ס'האט געקלאפט הונדערט פראצענט.

ביז....... סאיז אנגעקומען די "אלייענס" און אויפגערייצט די שכנים קעגן קרית יואל (http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1212517) און מיט דעם געברענגט א שרעקליכע העצע קעגן הייליג שטעטל. אלע אנטיסעמיטן האבן זיך צאמגענומען אז זיי גייען באקעמפן די וואסער פון קרית יואל. זיי האבן געמאכט אסיפות ווי מען האט צאמגערעט גאר שרעקליכע דיבורים קעגן אידן. די לאקאלע ברענטש פון די קו-קלוקס-קלען האט זיך אויך צוגעשטעלט גאר שיין צו דעם קאמף קעגן קרית יואל. איין גרויסע אנטיסעמיט האט געשריבן א בריוו אז קרית יואלע אידן זענען בלוט זויגערס, זויגן אויס די גאנצע געלט פון די גויאישע שכנים, זיי פארלעשן נישט די וואסער גאנץ שבת און אנדערע געפערליכע ווערטער וואס מען האט שוין נישט געהערט זייט היטלער.

יעצט נאכ'ן אויפרייצן די גויאישע שכנים זענען געגאנגען די צינדערס און געלאפן צו די גוים שרייען "אחינו אתה", אונז זעמיר ברודערס, אונז זעמיר מיט ענק, אונז האמיר ענק ליב. אונז זעמיר קעגן די וואסער פייפליין, מיט א שרעקליכע עד וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די רעקארד היינט זונטיג.

ווי קומט אזא רשעות צו אידן? און נאכדערצו אידן וואס האבן זיך גערייצט מיט די גוים אויפן ערגסטן פארנעם, ווי גוט אויסגעשמיעסט אין אנדערע אשכולות?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2004 11:55 לינק ישיר 

זייער עד אין רעקארד

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1214472




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2004 13:06 לינק ישיר 

פארגלייך זיי נישט צו די נטורי קרתא. די נטורי קרתא האט קיינמאל נישט דערקלערט פאר די אראבער: גייטס ווייטער אן מיט ענקערע רציחות און טעראריזם ווי לאנג מדינת ישראל ברעכטס זיך נישט צו ענק.

די אלייענס אין קרית יואל דערקלערט קלאר אין זייער עד, פאר די שונאי ישראלים: קיפּ אן! גייטס ווייטער אן מיט דעם קאמף קעגן געבן וואסער פאר קרית יואל! זאלן קרית יואל'ער מאמעס און פיצלעך קינדער אויסגיין פאר דורשט.

איך גלייב אז אפילו די זאליס וועלן מודה זיין אז דאס איז שוין געגאנגען אווער די לימיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2004 14:07 לינק ישיר 

מישהו רוצה לבנות כאן פורום על חשבון הפופולריות של JEWBOY ושולח לינק לכל אשכול בפורום שלו.

לדעתי סכום הלינקים לפורום ההוא כאן כבר מזמן עברו את הטעם הטוב, מי שיש לו ענין לבקר שם מזמן יודע כבר את הכתובת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 17:02 לינק ישיר 

געדענקט איר די ערב רב ?
געדענקט איר די מתיוונים?
געדענקט איר די אידישע קאפויס?

דאס וואס שפילט זיך אפ איז היינו כך

מען חנפט שונאי ישרא־ל אויפן חשבון פון שלאגן אייגענע אידישע ברודער

די יודישע קאפויס וואס האבן געפייניגט זייער אייגענע ברידער פאר זעכציג יאר צוריק
זענען אויך דערמערדערט געווארן דורך די דייטשן
עס האט זיי גארנישט געהאלפן


דא איז נאך מער!
די אלייענס ערב רב זענען זעלבסט שולדיג
פארן אויפהעצען די גוים קעגן זייערע אייגענע אידישע ברודער
זיי האבן אנגעצינדען דעם פייער!
זיי האבן געגאסן אויל אויפן פייער!
און יעצט ווילען זיי גאר לעשן....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 20:18 לינק ישיר 

מעשוג(ענער), שוין ווייטער פארפירסטו

ס'איז דא ערגעץ אויף חדשות אנש א אשכול פאר אזעלכע 'וועלט פארזארגערס' ווי דו. איך קען אפשר וויסן פארוואס די מוזט מוסר זאגן פאר יעדן איינעם? ווער האט דיר געפרעגט? ווער איז אינטערסירט צו הערן דיין מיינונג?

אונז חדשות אנש גולשים פירן שוין פונלאנג א מערכה קעגן אזעלכע וועלט פארזארגערס ווי דו וואס מיזן אייביג בלאזן און מוסר זאגן פאר א צווייטן.

אויב איז דא א אינטערסאנטע אשכול ערגעץ אנדערש וואס אינטערסירט פאר רוב חדשות אנש ליינערס, פארוואס זאל עס נישט איינער אהערברענגען דא אויך?

בכלל האב איך דיר שוין פונלאנג געוואלט זאגן אז דו באלאנגסט נישט דא אויף חדשות אנש. חוץ בלאזן און שרייען אויף יעדן ברענגסטו נישט קיין שום וויכטיגע אינפארמאציע. זיי מוחל גיי קיין חדשות אנטווערפן-וויזניץ און אויב איז נאכנישט דא אזא פארום עפן עס אויף און געב דיך דארט אויס דיינע גרעבעכצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2004 21:40 לינק ישיר 

פומבדיתא
מאישה חור יצאת ?

אתה כותב לי אנחנו גולשי חדשות אנ"ש? ממתי אתה מגולשי חדשות אנ"ש? לפי התגובות שלך אתה בכלל גולש בפורום אחר.

כן תנסה בפוורם בחדרי חרדים או במקום פופולרי אחר לבנות את הפורום שלך על חשבונם ויראו לך מהר מאוד את הדלת.
יש לך משהו מענין להגיד תגיד את זה כאן, למה אתה מנסה לסחוב את הגולשים( בהצלחה מועטה) מכאן

אל תנצל את העובדה שגו'בוי הוא רך לבב ולא אומר לך בפרצוף את מה שהוא חושב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2004 22:05 לינק ישיר 

פומפדיתא האט א גערעכטע טענה, פארוואס דארף מען האלטן אין איין לייגן לינקס צו דעם נייעם אהרונישן פארום "נייעס אין קרית יואל", וועלכע איז אויף אסאך א שוואכערן ניווא פון חדשות אנ"ש.

דא האבן מיר כאטש דעם "חתן דנן" מר. דזשובוי וואס לאזט נישט פריוואט מבזה זיין יחידים, און ווען איינער טוט אביוזן דעם פארום איז ער אים (נאך עטליכע אזהרות) חוסם.

אין יענעם פארום קען יעדער שרייבן, און מען שרייבט ווי קליינע קינדער, אבער דאס ערגסטע איז אז מען שרייב ארויס נעמען פון פריוואטע מענטשן, מען איז זיי מבזה ברבים, און מען קען זיי אפילו נישט איבערבעטן שפעטער, מען פרעדיגט דארט רשעות צו שעדיגן די פרנסה פון נישט אהרונים, און אזוי ווייטער.

פארוואס דארף מען האלטן אין איין ברענגען לינקס צו יענעם פארום ?

איינער וויל דארט גיין קוקן, און זיך באקענען מיט די אהרונישע מידות טובות, איז עס זיין אויסוואל, אבער לאזט צורוה חדשות אנ"ש...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2004 22:17 לינק ישיר 

פייערמאן האסט געמאכט א טעות. meshug שרייבט די אויפריכטיגע באמערקונג.

כל האומר דבר בשם אמרו מביא גאולה לעולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2004 22:26 לינק ישיר 



די דערמאנסט מיך פון דער הולך על ארבע וואס ווייזט זיינע פאדערשטע פיסעלעך פארן עולם
רבותי! קוקטס איך בין כשר כ׳האב געשפאלטענע קלאען

קאמענטארן זענען איבעריג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2004 00:06 לינק ישיר 

טעות לעולם חוזר, איך האב טאקע געמיינט MESHUGE


וויאזוי זאגט די וועלט?: "משוגע, משוגע, אבער שכל דארף מען האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2004 07:20 לינק ישיר 

אינטערסאנט די לעצטע 24 שעה האבען מער זאליס ווי אהרוניס געשריבען אויף די "אהרוינישע פארעם" וואס איז נייעס אין קרית יואל.

די רעדסט פין ניווא? אין יענע פארעם איז מען נישט ביזי אזוי סאך ווי דא מיט אהרן זלמן לייב. איך מיין דעיס ווייזט אויף העכערע ניווא.

אויב איז דא דארט א אינטערסאנטע נייעס וואס מענטשן אויף חדשות אנש ווילן זעין דארף מען עס אהערברעינגען.

אין נישט נאר ביי יענע פארעם. וועלכע פארעם עס שרייבט א וויכטיגע נייעס וואס דער עולם דא וויל זעין דארף מען עס אהערברעינגען, ווי די חשובע גולשים טיען שוין טאקע.

חיץ אויב מען וועט מאכן א POLL אין רוב מעמברס וועלען וואיטן קעיגן דעים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די נאצי-ליבהאבער אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext