אזוי איז געווען באריכטעט אין המודיע, און פון דארט אין "דער בלאט".
אבער אין דער איד דעם וואך -פ' שמות- זייט 10, ווערט באריכטעט בשם דער וועד להצלת בתי"ח באירופה אז די ידיעות ארום די רענאוואציע ביים מהרשל"ס ציון זענען פריצייטיג.
דער וועד האט פארעפענטליכט א "הבהרה" איבער דעם ענין וואס לויטעט:
לאור הפרסומים האחרונים אודות שיקום קברו של המהרש"ל זי"ע בלובלין, מצאנו לנכון להבהיר כמה ענינים הנוגעים לביה"ח העתיק בלובלין, לתועלת הענין.
זיי גיבן דארט איבער אז דער צוזטאנד פונעם ביה"ח אין לובלין איז געפערליך און שרעקליך, און נאך א שטודירטע אנאליז האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ביה"ח האלט ביי א מצב פון "מפולת" ר"ל.
אויך באריכטן זיי אז מען זעהט דארט סימנים פון נישט אויפגעריסענע באמבע'ס וואס האבן געלאנדעט אין בית עלמין דארט, און מ'מוז אויסרייניגן דעם שטח מיט פארזיכטיקייט.
(א"ה: האט איינער אמאהל געהערט דערפון?, אפשר איז א סכנה דארט אריינצוגיין, ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע ביטע פאסטן).
די עיקר פראבלעם איז ווייל אויפן קלארן פסק םון אלע גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען עוסק אין דעם ענין טאר מען זיך נישט נעמען צו קיין ספעציפישע מציבה בעפאר דער ביה"ח שטייט אין א זיכערע צושטאנד, דאס קען עווענטועל ברענגען א געפערליכע געפאר אויפן גאנצו ביה"ח חרוב צו ווערן. און טראצדעם וואס די עסקנים מיינען צום גוטן איז דאס אבער א געפערליכע שריט.
די וועד מעלדט זייער נומער פאר פרטים:
01144-208-8802-6905
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל דא ביטע פארשטענדיגן.
 |
|
|