איך וויל אנפרעגן וועגן דעם מנהג ותיקין, וואס מ'האט זיך געפירט אין אלע מקומות אשכנז. און האלט נאך היינט אן ביי אלע ערליכע אידן. דער מנהג וואס פרויען שערן זיך אפ נאך די חתונה.
א - ווען האט זיך אנגעהויבן דער מנהג?
ב - ווער האט געמאכט דעם מנהג?
ג - פאר וועם האט מען מתקן געווען דעם מנהג?
ד - צוליב וואס האט מען מתקן געווען דעם מנהג?
ה - האט זיך אנגעהויבן דער מנהג אויף איין פלאץ און דערנאך זיך אויסגעשפרייט אויף אנדערע פלעצער. אדער האט מען איבעראל ווי דער מנהג איז געווען איינגעפירט, אנגעהויבן אויף איינמאל.
די שאלות זענען אוודאי נישט נוגע למעשה. ווייל יעדער ווייסט דאך וואס מ'האט צו טוהן. אבער ווער עס קען בארייכערן מיין ידיעה - און ווי איך שטעל מיך פאר נאך אסאך אידן וואס ווילן וויסן - למצוה גדולה יחשב.
קודם כל א גרויס'ן יישר כח פאר'ן זיין א מזכה את הרבים. און זיך נעמען די מיה אריין צו סקענען די בלעטער.
איך וועל אי"ה נאכקוקן דעם ספר וואס דו ברענגסט, ווייל איך וויל זעהן וואס ער שרייבט.
ביזדערווייל אויף די צוויי בלעטער האב איך אפאר קשיות. אפשר קענסטו מיר קלאר מאכן.
איך זעה אז ער בויעט זייער אסאך אויף א מאמר פונ'ם נצי"ב. וואס אין דעם שטיקל מאמר וואס ער ברענגט אראפ, שטייט נישט עפעס ווער ווייסט וואס. נאר אז דער מנהג איז נתייסד געווארן דורך גדולי ישראל.
און אינטערעסאנט, אז אזא פארשפרייטע און אנגענומענע מנהג זאל נישט זיין דאקומענטירט געהעריג, עס זאל נישט שטיין אין ערגעץ דער מקור דערפון. אז ער האט געמוזט אפיר ברענגען אזא שפעטערדיגער ווי דער נצי"ב.
און אויך ברענגט ער א מקור צו דעם אז ס'איז געווען אנגענומען איבעראל אין אלע מקומות אשכנז פונ'ם מהרי"ץ דושינסקיא. דער מהרי"ץ זי"ע איז דאך געווען א לעצטיגער, פארוואס ביז איהם האט קיינער נישט דאס געשריבן. אז דער מחבר האט געמוזט אנקומען ביז צו איהם.
יעצט די טעמים וואס ער ברענגט אראפ צום מנהג, פארשטיי איך נישט געהעריג.
טבילה - קען זיין אז אמאל איז געווען א פראבלעם מיט די נידעריגע מקוואות, האט זיך געקענט ארויס שטעקן האר. און מכח דעם טעם אפשר וואלט היינט שוין געווען אנדערש, ווייל היינט זענען די מקוואות טיפער. און אויך איז שווער צו זאגן, אז וועגן דעם טעם האט מען מתקן געווען אזא מין מנהג. עס איז דאך דא עצות צו דעם. און אויך וואס האט מען געטוהן אין אלע דורות ביז דעמאלטס?
זוהר - איז אינטערעסאנט, אז פונקט ביי די אשכנזים ווי מ'האט נישט געבויעט אזויפיל אויפ'ן זוהר ווי ביי די ספרדים (ביז צו די חסידים) זאל מען האבן געמאכט אזא שטארקער סארט תקנה צוליב'ן זוהר. ווען ביי די ספרדים איז גארנישט דא דער מנהג.
חוץ לצמתן - ווי אויבנדערמאנט ביי טבילה. 1) וואס האט מען געטוהן ביז דעמאלטס. 2) אפשר איז שוין היינט אנדערש ווען ס'איז דא די גוטע 'סנודס'. וואס באדעקן אלעס.
סחיטה - כנ"ל שאלה 1. און אויך וואס איז אנדערש ווי מענער מיט בארד און פיאות. און אויך ווי קומט דען צו וואסער צו די האר וואס ליגט באדעקט?
אויך דאס וואס ער שרייבט וועגן נישט משנה זיין דעם מנהג המקום. איז די שאלה, אזוי ווי דא אין אמעריקא איז דאך געווארן אן אנלויף פון אסאך מקומות, און ס'איז נישט דא געהעריג קיין מנהג המקום. איז אויך שייך ביי דעם ואל תטוש תורת אמך?
אבער ווי איך האב געזאגט, וועל איך נאך נאכקוקן דעם ספר. אפשר וועט ער האבן דארט תירוצים אויף מיינע שאלות.
יישר כח עניוועי
נשלח ב-24/12/2004 04:33
משיח השם
וואס ווילסטע דא ?
וואס צילסטע דא ?
ביסט א חסיד ליטוואק ?פיר זאך ווי דיין מאמע איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די ווילסט
אין בין מיך מתנגד קעגען דעם וואס מען אטאקירט דעם "משיח השם", עס איז נישט גערעכט, אויב מען האלט אז מען טאר נישט אריינקלערען און חוקר זיין אין א געוויסע מנהג ווייזט עס אז ווייל מען האט מורא וואס די רעזוטאלטען וועלען זיין, ועלובה עיסה שנחתומה אינו רוצה להעיד עליה.
די מנהג דאכט זיך לויט ווי איך האב געהערט איז געווען א תקנה פין די וועד ארבע ארצות, צוליב א גוייעשע סטייל וואס האט זיך אריינגעריקט צו ווייזען די פאדערטשע האר. האבען זיי געמאכט א תקנה אז מען זאל אנשניידען אלע האר.
אזוי ווי יעדע תקנה, האלט זיך אהן אפילו מען ווייסט נישט די טעם, דוגמאות איז דא אסאך. עכ"פ די טעם איז נאך היינט דא, גויים גייען מיט האר נארמאל אפען, א פרוי וועלכע שנייט די האר שטייט א מדריגה העכער פין זיך קענען מגלה זיין די האר, פשוט ווייל זי האט נישט קיין האר.
איך קען דיך נישט מברר זיין די זאך, דאכט זיך אז תקנת וועד ארבע ארצות זענען נישט ריכטיג דאקעמענטירט.
נשלח ב-26/12/2004 08:14
עס איז דא א דיקער בוך פון האלפרין פנקס ועד ארבע ארצות וואס דארט איז דאקומענטירט אלע בריווען וואס איז געדרוקט פון דעם וועד?
איך האב עס נישט ביי די האנט אבער איך קען נאכקוקען.
אגב איך האב נאכגעזאגט פאר איינעם פון די אובערחכמים ביי אונז אין שוהל שבת וואס דער נצי"ב שרייבט אין עמק שאלה, און ער מיר נישט געוואלט גלייבען.
פארגעס נישט אז דער נצי"ב איז נישט קיין אונגערישער רב, נאר איז אויך פארהייליגט ביי די אופגעקלערטע.
מאמר הזוהר בפרשת נשא, מובא גם במגן אברהם סי' ע"ה גם במשנה ברורה סימן ע"ה ס"ק י"ד מובא וגם בספרו גדר עולם פרק ז'.
והכי מעניין שגם החתם סופר שלא מרבה להשתמש ולצטט מהזוהר מביאו בשו"ת או"ח סי' ל"ו.
נשלח ב-26/12/2004 23:10
קעידזשעי
איך האב אסאך אריין געקלערט צו איך זאל דיר יא ענטפערן אדער נישט ענטפערן. (דאס גייט ארויף אויף דיינע אלע תגובות צו מיר, אויך אין אנדערע אשכולות).
באמת אזוי אויף דיינע ווערטער איז גאר נישט שייך אפצוענטפערן ווייל דו ביסט דאך א פה מפיק ... און בכלל רעדסטו זייער צום זאך און צום ענין, אז כ'מיין אז דאס איז ממש דער סוף פסוק.
נאר אויף דעם וואס איך זעה אז מיין נאמען שמעקט דיר עפעס נישט אזוי, אויף דעם וועל איך יא נעמען די צייט דיר צו מעיר זיין דערויף.
עס איז געווען א רבי אין בארא פארק, האט ער זיך גערופן דער מאשאלאו'ער רבי. ווייסטו אפשר ווי איז מאשאלאו? נישט אין אונגערן אדער פוילן וכו'. דאס איז א געגנט דא אין ניו יארק. דער רבי האט מסביר געווען אזוי: וואס עפעס דארף מען זיך געבן א נאמען פאר די חסידות נאך עפעס א שטאט פונדערהיים. נאך אזא פלאץ ווי אנטיסעמיטיזם האט געפלאקערט אין פולן טעמפא, און אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער. ווען אין די זעלבע צייט קען מען געבן נאך א שטאט דא אין אמעריקא, אין דעם מלכות של חסד. און וויבאלד דער רבי האט געוואוינט אויף מאשאלאו פארקוויי, האט ער זיך א נאמען געגעבן מאשאלאו'ער רבי.
לענינינו האב איך געקלערט אזוי: אויב האט איינער א פראבלעם מיט'ן נאמען, וואלסטו געברויכט זיך איבערקלערן איבער דיין נאמען. דו רופסט דיך נאך א שטאט וואס איז פול מיט: רציחה, שפיכות דמים, זנות, זלזול כבוד הבריות, מחלוקת, קיפוח פרנסות, "התגרות באומות" וכו' וכו'. אפשר איז צייט זאלסט דיך טוישן דיין נאמען. (איך נעם נישט קיין צד אין ענקער שמוץ, איך באציה זיך בכלליות).
אבער סוף כל סוף ווילסטו דאך פארשטיין וואס ליגט אונטער מיין נאמען, איז לאמיך דיר ערקלערן:
משיח קאטעגאריזירט מיט זיך צוויי נקודות:
א. א מענטש וואס אסאך ערווארטן איהם.
ב. א מענטש וואס ברענגט חידוש.
און איך האף מיט מיינע ארטיקלען אויפצוטוהן די ביידע זאכן. כ'האף מיט די צייט זיך צו ערווערבן דעם טראסט פונ'ם עולם, אז די גולשים זאלן ערווארטן מיין געשרייבעכץ. און אויך וויל איך ברענגען חידוש.
משיח
נ.ב. וואטש אוט, רעד נישט על ה' ועל משיחו.....
נשלח ב-27/12/2004 00:00
א צייט צוריק איז געוועהן א גאר לאנגע מאמר אין דער פורום 'בחדרי חרדים' איבער דער מנהג.. אויב איינער געדענקט פליז פאוסט.. יוסף90 אפשר געדענקסט דו?
דער מנהג איז גאר אן אלטער אין מ'האט זיך אזוי געפירט אין 'גאנץ' אירופה בלי שום יוצא מן הכלל.
שפעטער אין א סאך פלעצער איז דער מנהג אונטער געגאנגען חוץ אין גאליציע און אין אונגארן. עס איז בפירוש נישט א 'חסיד'ישער מנהג'.
איך האב געזעהן אין א פרייער בוך פון געשיכטע ווי דארט ווערט באשריבען ווי אזוי מ'האט געמוזט אפגאלען די האר פון אלע מיידליך אין איין נאכט אין דער שטאט קאמינעץ (ליטע)
די מעשה האט פאסירט איבער די גזירה פון די 'קאנטעניסטען' (דער צאר האט געכאפט אידישע אינגליך צום צאר'ישער ארמיי).
האט מען געמוזט 'חתונה' מאכען קינדער באופן 'קדושי קטן\ה'
איין נאכט האט מען געהערט שמועות אז מ'קומט כאפן קינדער פון קאמינעץ האט מען אלע קינדער פון 10-12 יאהר, חתונה געמאכט אין איין נאכט! דער רב האט אבער געהייסן אז די מיידליך מוזן זיך אפ שערן די האר כמנהג הנשואות.
אוודאי דעם נעקסטן טאג איז דאס אינגעל צוריק אין חדר ווי דע רבי... האט איהם אויס געפראקט פון אונטן אויב ער האט זיך נישט אויף געפירט.. אין די 'ווייב' איז געשטאנען אין דרויסען אין געוויינט.....
פון דיע היסטורישע פאקטען וועט איהר נישט ליינען אין דער איד, דער בלאט ....