בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

תגלחת הנשים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2004 01:58 לינק ישיר 

עפעס שטימט נישט, א אינגעל קען נישט חתונה האבען אינטער דרייצען, א מיידעל איז דא קדושי קטנה, א אינגעל נישט, דער פרייער בוך האט נישט געוויסט, מילא, אבער די וואלסט באדארפט וויסען.

משנת חסידים,
געהערט האב איך אז דער בוך איז גארנישט ווערט, עס האט אלעס חוץ פין ועד ארבע ארצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2004 03:05 לינק ישיר 

בארא פארקער

אודאי יעדער קען לערנען מסכת קדושין אז 'אין מעשה קטן כלום' פאר דעם איז טאקע כדי נאך צוקוקען ווי דער הלכה איז אין פראקטיק. אין שו"ע איז קלאר אז אויב זיי האבען געלעבט ווי מאן און ווייב נאך זיין בר מצוה דארף מען יא א גט

שולחן ערוך אבן העזר סימן לא סיעף ט
קדשה בכסף פחות משוה פרוטה, אע"פ ששלח לה סבלונות )פי' דורונות, כי הוא לשון סבל ומשא
ונמצא משא בלשון מתנה, כמו וישא משאות (בראשית מג, לד) אחר כך, אין חוששין ששלח אותן
סבלונות לשם קדושין. אבל אם קדשה בפחות משוה פרוטה, ואח"כ בא עליה סתם בפני עדים,
צריכה גט, שודאי בעל לשם קידושין. הגה: ה"ה קטן שקידש ונתגדל אצלה, צריכה גט, דודאי בעל
כשהגדיל לשם קדושין
(טור סי' מ"ג ותשובת הרא"ש כלל ל"ה). ודוקא בכהאי גוונא, שכל אדם יודע דאין קדושי קטן או בפחות מפרוטה כלום, ולכן בעל לשם קדושין. אבל במקום דאיכא למיטעי, צריך קידושין אחרים.תשובת מיימוני סוף נשים כמו שנתבאר סי' זה סעיף ד'.

וראה פתחי תשובה שם סי' מג ס"ק ב
כי שאלות כאלה מובאים בהרבה שו"ת כגון שו"ת נו"ב, משכנות יעקוב, בית אפרים, ועוד ועוד... און אז די שו"תים זענען פיל מיט די שאלות איז עס דעפאר, ווייל עס האט פאסירט אפט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2004 03:23 לינק ישיר 

נאכקוקענדיג אביסל דעם ענין, האב איך געטראפן אן אינטערעסאנטע גמרא.

די גמרא איז אין מסכת כתובות דף ע"ב עמוד ב' אויבן. דער לשון הגמ' איז: אם כן לא הנחת בת לאברהם אבינו שיושבת תחת בעלה.

און ווי רש"י איז מפרש די גמרא, איז דער פשט: אז אויב וועט מען צוריק האלטן א פרוי פון האבן אירע האר אויפגעדעקט, אויך ביי זיך אין שטוב. דאן האסטו נישט איבערגעלאזט א טאכטער פון אברהם אבינו (דאס איז א חשוב'ע טיטל פאר א אידישע טאכטער) וואס וועט בלייבן וואוינען מיט איר מאן.

דאס הייסט לכאורה, אז אויב דער מאן וועט איר נישט זעהן אין אירע האר (ביפיה), וועט זי פארלירן איר חן אין זיינע אויגן.

היינט לכאורה איז דאס נישט קיין פראבלעם, ווייל רוב היימישע ערליכע ווייבלעך האבן שוין די טייערע - צוויי טויזנט דאלערדיגע - שייטלעך, וואס קוקט אויס ממש ווי זייער האר. און אויב איז זי א גוט ווייבל דאן טוט זי זיך אן דאס שייטל פאר'ן מאן. ממילא פארלירט זי נישט דעם חן.

אגב, וויל איך וויסן וואס איז בעסער. צו דער אמאליגער (זמן הגמרא) שטייגער, אז די פרוי גייט מיט האר. און דער מאן קען עס זעהן אין שטוב. און אויף די גאס גייט זי מיט א טיכל. נישט ח"ו מכשיל זיין אנדערע מענטשן. אדער אזוי ווי מ'גייט היינט, אז מ'גאלט זיך אפ דעם קאפ, און דער מאן זעהט איר אין דעם פארקרומטן טורבאן. און אויף די גאס - פאר אנדערע מענטשן - גייט זי מיט דעם שיינעם טייערן שייטל, וואס קוקט אויס ווי האר.

איך בין נייגעריג צו דער מייסד (אדער מייסדי) פון די תקנה, וואלטן היינט אויך געמאכט די תקנה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2004 05:12 לינק ישיר 

מושיאכך האשעם שרייבט:לענינינו האב איך געקלערט אזוי: אויב האט איינער א פראבלעם מיט'ן נאמען, וואלסטו געברויכט זיך איבערקלערן איבער דיין נאמען. דו רופסט דיך נאך א שטאט וואס איז פול מיט: רציחה, שפיכות דמים, זנות, זלזול כבוד הבריות, מחלוקת, קיפוח פרנסות, "התגרות באומות" וכו' וכו'. אפשר איז צייט זאלסט דיך טוישן דיין נאמען. (איך נעם נישט קיין צד אין ענקער שמוץ, איך באציה זיך בכלליות).

קאמענטארן מאכט עס בלויז נארמאל דיין חכמה ופקחות

ווידער, אין וועלעכע דיקשאנערי, האסטו גענומען די אפטייטש פון ווארט "משיח"

????????????????????????????????????????????????

משיח מיינט התחדשות...................

משיח מיינט השתוקקות.....................

?????????????????????????????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2004 19:20 לינק ישיר 

דער לעמבערגע רב ר' יוסף שאול נאטאנזוהן ז"ל שרייבט אין א תשובה און זיין ספר שו"ת שואל ומשיב אז אויב איינער פארלאנגט אז זיין ווייב זאל זיך אפגאלען איז עס א בחינה פין "ויספר המן לזרש אשתו"..איך האב נישט יעצט מיינע ספרים אינטער די האנד אבער איך וועל בל"נ אין אווענד נאך קיקען אין איך וועל בעזה"ית 'פאסטען' דעם מראה מקום...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2004 01:00 לינק ישיר 

איך גלייב דיר נישט ... איך געדענק אז אין דברי שאול ווערט געברענגט דער מנהג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 03:04 לינק ישיר 

שו"ת שואל ומשיב מהדורא קמא חלק א' סימן ס"ה באמצע התשובה

גלייב נישט!

אויף דיר קען מען זאגען די ווערטער פין דעם נביא אין ישעיהו פרק כב פסוק כג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2004 07:32 לינק ישיר 

יישר כח פאר די אלע וואס האבן גענומען די צייט צו ענטפערן אויף דעם פארנעפלטן ענין. ואענה גם אנכי, איך האב געמאכט מיין ריסוירטש, און כ'האב נאכגעקוקט דעם ענין, וועל איך איבערגעבן א באריכט איבער וואס כ'האב אויסגעפינען.

הנה, בעצם דארף מען פארשטיין, וואס האבן די האר פון א פרוי חוטא געווען, אז זיי זענען נשתנה געווארן פון אלע אירע אברים. וואס עפעס איז די האר אנדערש פון שאר חלקי הגוף, אז מ'יאגט עס אראפ, און ס'האט ממש באקומען דעם דין פון חזיר טריף.

נאר וואסזשע דען, דער מקור פון א פראבלעם מיט האר איז אין די גמרא (ברכות כד.) אמר רב ששת שער באשה ערוה.

וואס דער עולם ווייסט אבער נישט איז, אז די גמרא רעדט דארט בסך הכל, אז 'בשעת קריאת שמע' טאר מען נישט ליינען קעגן אן ערוה פון א פרוי. און אויף דעם זאגן די אמוראים וואס דאס מיינט ערוה, יעדער זאגט עפעס אנדערש. רב ששת זאגט אז דאס איז שער. אז קעגן אויפגעדעקטע האר פון א פרוי טאר מען נישט ליינען קרי"ש.

און אויסער בשעת קריאת שמע, ווערט אין די גמרא נישט דערמאנט בכלל אז האר זאל זיין עפעס א פראבלעם אין שטוב. נאר פארקערט גאר, פון די גמרא אין כתובות עב: וואס כ'האב אראפ געברענגט, שטייט קלאר (אין רש"י) אז אין שטוב איז נישט דא קיין שום פראבלעם א פרוי זאל גיין מיט אויפגעדעקטע האר. און אין שלחן ערוך (או"ח סי' עה ס"ג) שטייט קלאר אז דער איסור איז 'בשעת קריאת שמע', וואלט דאס ווען געווען אן איסור אויף א גאנצן טאג, וואלט ווען דער מחבר נישט געשריבן די ווערטער 'בשעת קריאת שמע'.

[אין מסכת יומא מז. שטייט די מעשה פון קמחית, וואס זי האט געזאגט אז די קורות פון איר שטוב האבן נישט געזעהן איר האר, דערפאר האט זי זוכה געווען צו זיבן קינדער כהנים גדולים. א) זי איז געגאנגען מיט האר, נאר זי האט עס באדעקט אפילו אין שטוב. ב) די גמרא זאגט גלייך, אז עס העלפט נישט פאר יעדן. ווארשיינליך האט די גמרא נישט געוואלט עס זאל ווערן אזא מין גלייבעניש אז די פרויען זאלן זיך נעמען באדעקן די האר].

און בכלל דארף מען פארשטיין וואס מיינט דאס די ווארט ערוה. אין די תורה ווערט עס גענוצט אויף צוויי אופנים. א) וירא חם אבי כנען את ערות אביו. דאס הייסט דער מקום המין. ב) כי ערות הארץ באתם לראות. דאס הייסט די 'שאנדע'. עס פארשטייט זיך אז קיין איינע פון די צוויי טייטשן זענען נישט גילטיג אויף דעם מאמר הגמ' 'שער באשה ערוה'. האב איך געזעהן אין א ספר ברענגען א דריטן טייטש. דא אין די גמרא מיינט ערוה א זאך וואס איז 'מעורר תאוה'. און בשעת קריאת שמע טאר א מענטש נישט זעהן אזא סארט זאך. און אויף דעם האט יעדער פון די אמוראים געהאט אן אנדערן מיינונג, איינער האט געזאגט טפח מגולה, קול, שוק וכו'. ווייל דאס איז דאך שוין תלוי באומדנא פון מענטשן.

נו פארשטייט זיך אליין אז ביי די אייגענע פרוי אין שטוב, איז נישט גילטיג דער פראבלעם.

- נאך א פראבלעם מיט האר ביי פרויען, איז בשעת זי גייט ארויס אין גאס. וואס ווי די גמרא זאגט (כתובות עב.) איז א פרוי וואס גייט מיט אפענע האר אויף די גאס, עובר אויף א דאורייתא. אבער נישט דאס איז אונזער פראבלעם דא. -

דער מנהג פון זיך אפשערן די האר, ווייסט למעשה קיינער נישט ווער און ווען מ'האט דאס איינגעפירט. כ'האב געזעהן נאכברענגען בשם א היסטארישער ספר, אז דער מקור פון דעם מנהג איז א מנהג גוים. אין יון פלעגט מען אפשערן די האר פון די מיידלעך די נאכט פון די חתונה.

שוין טויזנטער יארן וואס מ'האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט די פרוי'ס האר, און די אמוראים האבן גאנץ גוט געוואוסט פון דעם מנהג יון, און זיי האבן נישט אויסגענוצט דעם גלעצנדן איינפאל אפצוגאלן דעם עולם.

אין תוספתא און אין רמב"ם [כ'מיין אז אויך אין שלחן ערוך] שטייט גאר, אז א פרוי וואס גאלט זיך אינגאנצן אפ די האר, איז עובר אויף א דאורייתא. אויפ'ן איסור פון 'לא ילבש'.

א שיינע נקודה וואס כ'האב געזעהן: דער נביא זאגט 'מי הקדימני ואשלם'. ווער האט מיך דען געפעדערט אז איך זאל איהם דארפן עפעס באצאלן. ווי דער מדרש איז מסביר (ויקרא רבה כז ב) ווער קען דען טוהן פאר'ן אויבערשטן א מצוה פאר ער האט באקומען די מעגליכקייט צו טוהן די מצוה. קומט אויס אז דער מענטש באקומט שוין א טובה פונ'ם אויבערשטן נאך פאר ער דינט איהם. די אלע טובות וואס איז אריין געבויעט אינ'ם מענטש אליינס, ער קען רעדן, אטעמען, וכדו'. אלעס כדי אז שפעטער זאל דער מענטש דינען דעם אויבערשטן.

קומט אויס אז די הנאה וואס דער מענטש האט פון אכילה, אדער יחסי אישות וכדו', איז א טובה און א שכר פונ'ם אויבערשטן אויף די אלע מצוות וואס ער וועט מקיים זיין דורך דעם הנאה. ווער האט די סמכות און דעם כח צו מונע זיין א שכר און א טובה פונ'ם אויבערשטן, וואס ער האט געגעבן פאר זיינע באשעפענישן.

עס איז דאך נאך אסאך צו שרייבן, נאר איך וועל עס האלטן קורץ. אויב וועט עס אויספעלן האב איך נאך וואס מוסיף צו זיין.

אויף למעשה, האב איך געזעהן אין א ספר אזא הכרעה. א פרוי וואס וויל זיך אפגאלן די האר, און זי האלט עס פאר א חשוב'ע זאך, און דער מאן האט גארנישט דערגעגן, כל הכבוד. זי האט א רעכט צו טוהן וואס זי וויל. אבער א פרוי וואס דאס זיך אפשערן איז פאר אן עינוי [ביי רוב פרישע-ווייבלעך איז דאס אן עינוי גדול], האט דער מאן קיין שום רעכט נישט צו מצער זיין א אידישע טאכטער. נישט מצד הלכה, און נישט מצד ענין. פארשטייט זיך אויך, אז אפילו אויב די פרוי איז מסכים זיך צו שערן, אבער דער מאן וויל נישט אויפגעבן זיין זכות וואס דער אויבערשטער האט איהם צוגעטיילט, מוז זי זיך צושטעלן אויף הונדערט פראצענט.

כ'וועל מסיים זיין מיט'ן מעתיק זיין א שטיקל פון א ספר:

- קשה להבין מדוע בעניינים מסוימים רצו רבים לאמץ כל חומרה אפשרית ובעניינים אחרים, היו מוכנים לנצל כל פרצה אפשרית כדי להתיר דברים אסורים באיסורים חמורים. "מכירת חמץ בפסח", "היתר עיסקא" וכדומה. לעומת זאת בדברים אחרים, כמו בנוגע לשער באשה, התקבלה הגישה, ש"כל המחמיר הרי זה משובח". -



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2004 18:28 לינק ישיר 

משיח.
זא'שע מוחל אין שרייב דעם נאמען פין דעם ספר וואס די ברענגסט ביים סוף פין דיין אריכות...עס קוקט עפעס אויס וויא משכיל'ישע דיבורים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2004 19:10 לינק ישיר 

וואס פונקטליך איז דיר שווער מיט די דיבורים. זיי מסביר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2004 19:16 לינק ישיר 

SCY

איך האב נאך געקוקט דעם שואל ומשיב און דו ביסט גערעכט... אבל אין הספר דברי שאול תח"י נאך צוקוקען, ביז דערווייל בוסטו גערעכט!


משיח איז א פשוט לויט מיין השערה א שנה ופירש

ער פרוברירט אויס זיין נייע משכיל'שע פעדער דא

זיין בלאג איגנארירט מען קומט ער דא מיט א מ'כלומר'שטען תמים'ישער אהנשטעל כאילו ער זיכט אויפ דעקען אמעריקה.


לענין, איז ער קנאפע יודע'ן. לדוגמא: שער באשה אפילו בחדרה לויט דער חתם סופר ולפי הזוהר איז אסור אפילו שלא בשעת קר"ש ....

איך וויל אבער דא נישט פאר ערן זיין ארימע נסיון צו פארבלעדען אונזערע אויגען מיט א תשובה וד"ל


די גולשים קענען מיך גאנץ גוט אז איך האב ליעב א גוטן ויכוח אבער פאר א שנה ופירש איז נישט דער פלאץ דא

אפשר "עצור כן חושבים" איז זיין פלאץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2004 21:51 לינק ישיר 

משיח...זאג זשע נאר

וואס איז דער גרויסער סוד פון דעם נאמן פון דעם ספר?

איז ער אזוי מחבר וויא דער נביא אברהם יעלין וואס די האסט גיברענגט נביאות בשמו פין זיין ספר 'גאולת ישראל' אין אן אנדערען אשכול?

שרייב קודם דעם נאמן פינעם ספר אין דערנאך וועל איך דיר מסביר זיין וואס פארע משכילישע רעיונות ליגען אין דיין תגובה בשמו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2004 00:21 לינק ישיר 

כ'זעה זייער אסאך מאל מענטשן - ספעציעל פון א געוויסן קרייז - ווען מ'טענה'ט זיך איבער א נושא. איז נישט די נושא דער צענטער-פונקט פון וואס מ'רעדט. נאר דער עיקר איז דער בעל הנושא. און איבער איהם דרייט זיך דער גאנצער שמועס.

עס איז ידוע דער מאמר החכם: קבל את האמת ממי שאמרו. ממילא ווען מ'רעדט פון אן ענין, וואס איז א נפקא מינה ווער דער בעל המאמר איז. האסט עפעס צו ענטפערן אויף מאמר אליינס, דאן זאג. אויב נישט, וואס איז נוגע ווער דער בעל האימרא איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2004 00:32 לינק ישיר 

משיח דערווייל ביסטו דער וואס איגנארירט די פאקטען פון די וואס ענטפערן אייך, אין איר פארלייגט זיך אויף זייטע רייד וואס די גולשים זאגען אייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2004 00:41 לינק ישיר 

ווי למשל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > תגלחת הנשים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.