| נשלח ב-28/12/2004 04:00 |
|
| |
אנפרעג: איז דא פלאץ פאר נאך א צייטונג
אין די יידישע וועלט?
1] א נייע צייטונג מיינט איר וועט מצליח זיין היינטיגע צייטן?
2] אז עס קומט ארויס א נייע צייטונג וועט איר עס קויפן, אדער קוקן ביים חבר.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 04:24 |
|
| |
ס'איז בלי ספק דא פלאץ פאר נאך א צייטונג, עס ווענדט זיך נאר וואספארא צייטונג.
איבערקייען וואס אלטע האבן אויסגעשפיגן איז נישט אינטערעסאנט.
האט ער עפעס א חידוש, כל הכבוד.
אז דו דארפסט הילף, ווענד זיך צו מיר אין אישית.
.... ננתקה
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 06:01 |
|
| |
יא יא
"עולם היהדות בעין המצלמה"
לך בכחך זה
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 06:14 |
|
| |
עס איז דא א געברויך פאר א צייטונג אויף אידיש,אבער נישט אין די סאטמארער קרייזען, וואס איז איבערגעפילט מיט צייטונגען, נאר אין די אנדערע חסידישע קרייזען ווי סקווער,וויזניץ,פאפא,קלויזענבורג,בעלז,באבוב,גער,סטאלין, אין סתם עמך אידען וואס האבען נישט קיין געפיל צו די פרשה וואס פארמענט א ברייטע ארט אין די סאטמארער צייטונגען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 07:51 |
|
| |
און גלייב מיר אז אין סאטמאר אליין וואלט העלפט עולם, (האלב אהרונים און האלב זאלונים), גערן געקענט באשטיין צו האבן א נייעם נארמאלן צייטונג.
כאטש ס'איז דא "די צייטונג", איז עס אבער לויט די היינטיגע מאדערנע סטאנדארטן צייגט עס שוין ווי צו שטארק ארעם.
אדרבא, איינער זאל אויפקומען מיט עפעס א גוטס וועט ער זיין א ריכטיגער מזכה את הרבים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 16:59 |
|
| |
פאריאר איז איינער גלויבער ארויסגעקומען מיט א נייע צייטונג און נאך אפאר וואכן איז עס אונטערגיגאנגען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 18:53 |
|
| |
אוי ווי מיר בענקן זיך צוריק צו די צייטונג "די תורה וועלט"...
ארויסגעגעבן דורכן "ראצפערטער רב זצ"ל".
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 20:05 |
|
| |
איך האלט אז עס קען שטארק מצליח זיין נאר מיט א פאר תנאים
1)נישט אויסמישן נייעס מיט קאמענטאר..
2)באריכטן אלע נייעס איבער אלעס וואס פאסירט אין דעם אידעשער וועלט 'אלס' מיין איך 'אלס' אגודה מזרחי מודערן אורטעדוקס.
3) מיינונגען פון אלע קרייזען אפילו גאר לינק (איך האלט מיך פאר א רעכטער בעניני דת, אבער מ'קען נישט זיין א בעל דעה מיט שכל אז מ'הערט נישט אויס דעם אנדערן צד, עס וואלט מיר געוועהן גאר אינטערעסאנט צו ליינען א קולום פון קנאי בצד אחד אין א מודערנער אדער א חב"דצקער אדער אן אגודיסט. מצד אחר איבער דער זעלבער טעמע.)
ווער געדענקט דען נישט דער עירוב פרשה אין בורו פארק אין אלע דריי אידישע צייטונגען האבען נישט נאר גענומען א שטעלע לצד די אוסרים נאר זיי האבען אויך אונגעפירט א שפלות'דיגע מערכה קעגען די מתירים.
עס איז נישט קיין נפקא מינא ווער עס איז גערעכט אין הלכה!
אבער א 'צייטונג' זאל בויקאטן און אטאקירן רבנים ווי ר' יחזקאל ראטה אדער ר' חיים לייב כ"ץ??? ממש אומגלויבליך! קען דען איינער טענה'ען אז זיי די רבנים זענען נישט גענוג 'חרד'יש??!!
א צייטונג וואס מיר 'מוזען' האבען איז אזא וואס וועט ערלויבען א לעבעדיגען ויכוח איבער 'עירוב' איבער 'תולעים' איבער 'בחירות' איבער 'פאנווועזש' 'פרויען דרייווערס' 'סעל פאונס' וכו' וכו'
מ'קען זיך אויס טענה'ען בדרך כבוד... ]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 20:52 |
|
| |
דער עולם האט א גרויסער טעות, א געוואלדיג מיסטעיק, מען מיינט אז מען קען נישט האבן א גוטע הויכע קוואלעטי צייטונג וואס זאל נישט דעקן אלע נארישקייטן פון די גאנצע וועלט און פון אלע קרייזן אפילו מאדערנע וכו' וכו'.
דער באווייז אויף דעם איז "מעלות", די מאוסט פאפולער מעגעזין ביים היימישן עולם, כאטשיק ס'איז אזוי זויבער און הייליג. עס קען זיין פראפעשאנעל און ערליך און אינטערסאנט צוזאמען. איך האב גארנישט קעגן די שטערן, אבער צו זאגן אז מענטשן ווילן נאר אזעלכע גויאישע אויסגאבעס איז א טעות, והא ראי' מעלות.
ווען עס זאל זיין א צייטונג אויפן זעלבן קוועליטי ווי מעלות וואלט עס געקענט זיין אסאך בעסער ווי דער איד מיט דער בלאט מיט די צייטונג צוזאמען. עס וואלט זיך פארקויפט מער, און מענטשן וואלטן געהאט טראסט צו יעדע ווארט דערינען.
דרך אגב, איך האב זייער ווייניג סימפאטיע צו מאיר ווערטהיימער פון מאנרא, אבער זיין פעיפער "המספיק גאזאט" טראגט א מין סטייל און קוואלעטי וואס איך מיין יעדער וואלט ליב געהאט אין א סתם וואכעדיגע צייטונג.
סתם אזוי, קויף איך די צייטונג, ווייל איך וויל שטיצן א נארמאלע צייטונג, און די מעלות, וואס איז ווי מן אין מדבר. איד, בלאט, בליק, שטערן, ברענג איך נישט אריין אינדערהיים, פשוט ווייל סי האבן שוואכע קוועליטי.
עד כאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 21:05 |
|
| |
יא יעדער וויל גוטע צייטונגען, אבער דעם עולם האט ליב שוואכע קוואליטעט, א פשוטער שפראך, נישט קיין הויכע vocabulary.
NEW YORK PO9ST פארקויפט מער ווי א NEW YORK TIMES.
דער הצלחה פון דער בלאט איז אז עס איז געשריבען פשוט אין היימיש.
א נייער צייטונג אויף א הויכער ניווא וועט האבען אזוי פיל ליינער ווי "הארץ" אין ארץ ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 21:31 |
|
| |
טיימס פארקויפט דאפלט וויפיל פאוסט, סאו איך ווינדער מיך פון וואנעט דו נעמסט דיינע סטאטיסטיק.
צווייטנס, אויב דער עולם זוכט פשוטע און פראסטע מאטעריאל, פארוואס גייט מעלות בעסער ווי דער שטערן? עס האט דאך אזא הויכע וועקעביולערי? ווען עס וועט זיין א גוטע קוועליטי צייטונג אויף אידיש וועט מען עס קויפן מער ווי איד, בלאט און צייטונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 23:05 |
|
| |
אבער PLEASE נישט אנפילען דעם צייטונג מיט "שיינע שידוך געשלאסען מיט טאהש-מאנטיווידעא, ראפשיץ-גלאגוב" וכדו'
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2004 23:14 |
|
| |
צבי וואס האסטו קעגן די יידישע שמחות?
א שמחה ביי א יוד, צו דאס איז א רבי אדער סתם א תמימותדיגער יוד פאר וואס זאל מען נישט שרייבן אז ס'איז דא א שמחה?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2004 02:20 |
|
| |
עפשטיין דו בוסט זייער גערעכט
נאר איין נקודה א צייטונג ווי דער ניו יארק טיימס מאכט געלט נישט פון דו 'צאל' ליינער נאר פון אדעווערטייזמענט ווייל פאר דער מוכר איז וויכטיג די איכות פונעם ליינער, א טראק דרייווער מאכט ווייניגער געלט צו פארשווענדעווען ווי א לאיער, ממילא איז א MOVIE גרייט צו צאלען טוינטערס מער פאר א FULL PAGE אין דער טיימס.
ווייל מענשטען נעמען אהן דעם צייטונג מער ערענסט.
און פאר דעם איז דער טיימס א רייכע צייטונג מיט גרויסע רווחים אין דער פאוסט פארלירט מיליאנען יעדעס יאהר, כאטש דער פאוסט האט פוהל מער ליינער.
בכלל האב איך נישט געמיינט צו האבען א ציינטונג א שטייגער 'הארץ' וכו' וכו' דער שטייגער פון דער בלאט איז מיר גוט
מיין טענה איז אז נאך א צייטונג אויף אידיש וואס וועט זיין נאמן לה'שיטה הקדושה' כדי נאך צולויפען די זעלבע סאטמאר'ערע עולם וועט נישט מצליח זיין, ווייל דער מארקעט איז שוין פוהל מיט כל מיני אידישע צייטונגען, סיי טאגליך אין סיי חודש'ליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2004 05:27 |
|
| |
אין לי שום דבר נגד שמחות ח"ו, אבל שידוך אינו כתבה שלמה! שיכתבו כמו בהמודיע
זה עם זו השתדכו ותו לא!
|
|
|
|
|