בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווען דאס וואלט ח"ו געשעהן אין נ.י.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2004 05:31 לינק ישיר 
ווען דאס וואלט ח"ו געשעהן אין נ.י.

יעדע מענטש מיט אביסל שכל אין קאפ דארף געבן א טראכט וואס וואלט ווען געשעהן ווען די זעלבע זאך וואלט געשעהן אין די געגענט פון מאנהעטן וואס איז א אינזל אויפ'ן וואסער אין איין אויגנבליק קען דאס געשעהן

לכאורה איז א סכנה צו וואינען אין אזא פלאץ מיט אזויפיל וואסער און זוהמא וואס ווי עס ווערט געברענגט אין רש"י איז מביא אנדרלומוסיא לעולם וואס טוט זיך אלס אין מאנהעטן
ממילא דארף מען גרויסע זכותים ווי עס פארשטייט זיך

די בעסטע עצה איז אוועק צומופען קיין מאנרא אדער די קאנטרי

וואס זאגט איר?

תוקן על ידי - דישיגוטער - 29/12/2004 5:33:15



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 05:38 לינק ישיר 

ווען עס וועט קומען בערען ח"ו וועסטו זאגן מען זאל צוריקמופען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2004 05:56 לינק ישיר 

מיין מאווינג טראק שטייט שוין אינדרויסן פון מיין הויז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2004 06:20 לינק ישיר 

איך וואלט בעסער געמופט קיין סענטראל אמעריקע. למשל קיין מאנטענע.

מאנראו אין מאנסי איז נאך צו נאנט צום וואסער, וואס זאגסטו אויף דעם סיגוטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 06:31 לינק ישיר 

יעדע פלאץ אין אמעריקא אויסער נ.י. איז מער רוהיגער

די שאלה איז נאר ווי אזוי מ'הייבט אהן א אידישע שטאט

אפילו אלס חינוך איז אלס בעסער פון נ.י.

וואוטשערס אליין קען מען באקומען אין רוב שטעט ווי עס וואינען רעפאבליקאנער חוץ אין נ.י. און קאליפארניע

מ'דארף האבן א גביר אזוי ווי מאנטיפיורי וואס זאל וועלן משקיע זיין אין אויפבויען א אידישע שטאט מיט ביזנעסער
כולל יונגעלייט בתי מדרשים און רבישע הויפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 06:37 לינק ישיר 

דער רבוש"ע קען אלעס...

אבער ע"פ דרך הטבע קען דאס נישט געשעהן אין ניו יארק ווייל אין דער אטלאנטיק איז נישט דא קיין ערדציטערנישן, כידוע ליודעי חן.

אויכעט געבן זיי איבער אז די אמעריקאנער אינסטאנצן האבן געוויסט אז עס קומט ארום 20 מינוט פאר עס איז געשעהן נאר דארט איז א צוריק געבליבענע מוסלעמענער לאנד האבן זיי נישט געהאט ווי איבער צו געבן די אינפארמאציע.

אין אויב רעדסטו פון מאנרא בנוגע דיזעסטער'ס, האב איך איין ווארט.. אינדיען פאינט, רח"ל.... הי"ש....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 06:43 לינק ישיר 

ווען די הערסט אז מארגן קומט א שטורעם ווינט פון 500 מייל קיין נ.י.?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 06:45 לינק ישיר 

אהא!..
יאפ!, איך הייב הענט.

שטורעם ווינטן קומט דאך נישט קיין מאנרא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 07:01 לינק ישיר 

אין די מאדערנע לענדער איז דא א װארנונג סיסטעם װאס אלערט די געגענטר װאס זענען אין א סכנה, צו אנטלויפן באצײטנס.

אין די ארעמע און צירוק געבליבנע לענדער װי דאס איז יעצט געשען איז נישט דא קײן װארנונג סיסטעם, טײל ערטער האבן געהאט א פאָר שעה צײט ביז די ווילדע װאסרן האבן זיי דערגרײכט. אבער קײנער האט נישט געװארענט די מענטשן אװעק ציגײן פון די װאסער בּאָרטענס

מאנהעטען גאסן װאלטן שוין לאנג געװען לײדיג נאך אזויפול צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2004 17:09 לינק ישיר 

ווען עס פאסירט ווען אין קרית יואל השם ישמרנו, וואס וואלט ר' יחזקאל גאלד/הרב אברהם לייטנער וכו' וכו' געזאגט ביי זיין נעקסטע דרשה...

תן לחכם ויחכם עוד...
ואם חכם בני, ישמח לבי גם אני...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2004 17:14 לינק ישיר 

וואס וואלט משה בער בעק געזאזט????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 17:18 לינק ישיר 

משה בער וואלט געזאגט:
דאס פאסירט ווען "אראפאט" שטארבט...!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2004 17:42 לינק ישיר 

רבישע הויפן????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 19:54 לינק ישיר 

נישט דא ווי אהין צו אנטלויפען!

אין מאנהאטען איז דא 1000טער אידישע קינדער וואס לערנען תורה אפשר נישט על טהרת ר' אברהם לייטנער אבער שומתומ"צ זענען זיי והבל פיהם מגין על כל העיר.

אין קאליפארניא איז דא ערדציטערנישן, אין MONTANA איז פארהאנען TORNADO'S , אין FLORIDA איז פארהאנען HURRICANE'S , וכו' וכו'


הנה קטע לעניננו:

מרכבת המשנה לר"י אלאשקר על אבות פרק ג משנה כ
לפי שבזה העולם אם האדם לוה מחבירו מעות, לפעמים כשיבא בעל החוב לגבות את חובו ולא ימצא המלוה מה ליתן, ילך הלוה מבעל חובו בפחי נפש, לפי שלא מצא ממה שיגבה חובו. אמנם אם יש בידו ערבון, או נכנס אדם אחר ערב בשבילו שיהיה ערב קבלן, הנה בעת ההלואות מצד הערבון שבידו, או מצד הערב, הנה הוא בטוח שלא יפסיד. ועל כן אמר לא יחשוב האדם שכל מה שעשה בזה העולם שימלט בו, כי בודאי גופו וממונו ובניו הם ערבים לו, ומהם יגבה השם יתע' את חובו. ובאותו העולם גופו ורוחו, הם הפורעים החוב המוטל עליו. ואמר ומצודה פרושה על כל החיים, והוא שמא יחשוב האדם שהוא כדרך העולם, שאם יעשה רע בזאת המלכות ילך ויברח למלכות אחרת וינצל. על כן אמר ומצודה פרושה על כל החיים, וכמו שאמר המשורר אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח (תהלים קלט, יז).


ספר אבודרהם סדר תפלת יום הכפורים
והטעם להפטרה זו (מפטיר יונה) ללמד לבני העולם שאין אדם יכול לברוח מפני השם אם עבר עבירות כמו שכתוב )תה' קלט, ז( אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך
_______________________________

איין אנדערע באמערקונג.
עס וואלט כדי געוועהן אויף מאכען אנאנדערע אשכול מיט א פראגע: "אויב איהר זענט צופרידען ווי איהר וואוינט?"

איך האלט אז רוב אידען האבען א געוויסע GENE אז זיי מוזען וואנדערען, א איד גלוסט אלעמאהל צו וואוינען ערגעץ ווי אנדערעש פון ווי ער געפונט זיך היינט.

למשל אילו זכיתי...
אין אויב מיין ווייב אין קינדער וואלטען מסכים געוועהן...
אין אויב דער פרנסה וואלט געוועהן דארט בריוח...
אין אויב איך וואלט געטראפען 6 ציממער'דיגע דירה...

וואלט איך געהאט חשק צו וואוינען אין די אלט שטאט פון צפת!

IN THE MEAN TIME U C, IM STUCK IN BORO PARK


ומפני חטאנו גלינו מארצינו, אויב א איד בענקט זיך דארף ער זיך בענקען קיין ארץ ישראל מיט דעם רעכטפארטיגען משיח!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 20:07 לינק ישיר 

ווען אידען וואלטען ליב געהאט צו וואנדערן, וואלט נישט יעדער אידישער שטאט פארוואנדלט געווארען אין א געטא.

אפשר האבען אידען ליב צו וואנדערן, אבער למעשה בלייבען זיי אויף איין ארט, אין דאס איז אונזער חורבן.

תוקן על ידי - shia550 - 29/12/2004 20:15:37



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 20:16 לינק ישיר 

אזוי ווי yochee שרייבט, מען דארף עפענען פארדעם א נייע אשכול.
אבער ביזדערווייל שטייט שוין גרייט די "מאווינג טראק" פון "יאסעלע בערגער"....

[פאר די "תמימות'דיגע חברה": הערט די טעיפ "יוסעלע מופט"...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווען דאס וואלט ח"ו געשעהן אין נ.י.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext