| נשלח ב-2/1/2005 16:48 |
|
| |
איינדורקן פונעם אל"ף שמות!!
די אל"ף שמות איז אריבער ב"ה אן קיין געשלעגן... ...!
באמת, ס'איז געווען הערליך שיין, באקוועם און איינגענעם צו זיצן מיט אחים לדעה, תלמידים וחסידים וידידים וואס זענען די לעצטע 25 יאר געשטאנען אינאיינעם צוקוועטשט ביי די הקפות, זענען יעצט געזיצן נאכאמאל ביינאזאם!
יעצט צום פוינט!
ש. ווידער האט האראמאטיסטיש גערעדט [נישט ווייל מיר ברויכן חיזוק... עה ] ובתוך הדברים האט ער אויסגעשריגן: "מען זאל באטראכטן די בילדער פונעם "צינאמי" וועט מען זעהן אן אינטערעסאנטע זאך, אלעס איז חרוב געווארן, הייזער, ביימער, קארן, בנינים, אלעס אלעס, חוץ... חוץ די "טייטלביימער"!! די "טייטלביימער" זענען געבליבן שטיין! דאס וועט "קיינמאל" נישט חרוב ווערן, און קיינער וועט דאס נישט קענען "צוברעכן"!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2005 17:22 |
|
| |
אלישע הורוויץ האט עמטליך ארויסגעגעבן בדרך רמז די סוד פאר גאנץ בראד, ווער זענען די עיקר גדולי הרבנים וואס געבן זיי דעם היתר צו גיין בערכאות של עכו"ם, דאס זענען זייערע בוררים ר' מענדל זילבער ראב"ד התאחדות הרבנים, און ר' מאיר בראנדסדארפער חבר בד"ץ עדה החרדית.
וואס האלט דער עולם, זענען זייערע פאזיציעס אנגעוואוירן? זאלן זיי זיך דינגען באדי-גארדס זיך צו באשיצן פון די קווינסע נועם המידות?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2005 17:49 |
|
| |
איינער פון די רעדנער'ס האט אנגעצייכנט, אז די ריזיגע "אייזענעס" וואס שטייען ביים רבי'ןס הויז [פאר די נייע ביהמ"ד] איז א "מצבה" און אן אייביגע געדענקעניש אז דער רבי האט "נישט" געוואלט צוטיילן "סאטמאר"!!
הערה: אויב וואלט ער עס געוואלט אז "סאטמאר" זאל אויסזעהן אזוי ווי עס קוקט טאקע היינט אויס, וואלט ער געדארפט אריינבויען אינמיטן "ראדני" ביהמ"ד, 4 שטיבלעך, 3 קאווע צימערן, אין איין "היכל התורה"!!
די לעצטערע שבתים יוכיח!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2005 09:49 |
|
| |
יא יא א מצבה און אן אנדענק אויף אהרן טייטלבוים'ס חלומות פון האבן די גרעסטע ביהמ"ד מיט די מערסטע ביה"כ און די מערסטע שויערס.
פאר עטליכע יאר צוריק האט ער געזען אז ער וועט דאס שוין נישט עררייכן און וויליאמסבורג, ווייל ער האט נישט מער קיין דריסת הרגל און קיין סאטמארער ביהמ"ד, האט ער זיך פארזיכערט און קרית יואל, מיטן צעווארפן דעם חתונה זאל, און פארגרעסערן די מקוה, מיט צולייגן נאך שויערס.
ער זאל האבן כאטשיג די גרעסטע מקוה מיט די מערסטע שויערס.
עס איז אבער א ווייטאג אז זיינע שטוב מענטשן האבן אין די זעלבע צייט איינגעזען פאר וויכטיג אז מען דארף אויך פארשפארן איין בור הטבילה, וואס זאל דינען ספעציעל פאר אים.
ווייל עס איז האט נישט געטויגט אז ער דרייט זיך ארום און די גרעסטע מקוה מיט די מערסטע שויערס.
קאמענטארן זענען איבעריג וד"ל.............
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2005 15:03 |
|
| |
די וואזשנער שוטה דערבאריכט
איך מיין זאלסט צוריק גיין צו "וואס נייעס אין קרית
יואל" אין דארט פאוסטן דיינע סטופיד, קינדערישע דארפישע קרית יואלער דזשאוקס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2005 22:17 |
|
| |
היינט איז מיר שוין ענדליך געלונגען אויסצוקוועטשן א פארביטערטן ארוני וואס דארט איז געווען.
זאגט ער מיר נאך יצחק ראזענבערג'ס געוואלדיגע המצאה:
אז דער ציל פון אריינשלעפן קהל יטב לב ד'סארטמאר טון ערכאות של עכו"ם איז נישט מיטן צין צו געוואונען נאר דער ציל איז מתחלה אן געווען זיי צו צווינגען צו גיין לדין תורה..
א וואזשנער בייפאל,
און ער לייגט מיר צו מיט פארביטערטקייט:
איך ווייס שוין נישט וואס דער ........ וויל
|
|
|
|
|