עקסידענט אויף דעם וועג קיין טאש
א שרעקליכע עקסידענט איז פארגעקומען ווען א ספרדישע משפחה פין פלעטבוש איז געפארען קיין טאש אויף שבת. א טאטע פין פופצען קינדער איז נעבעך אומגעקומען און איין טאכטער איז אין אריין אין קריטיקעל קאנדישען ווען דער קאר האט זיך דריי מאל איבערגעדרייט אויף שווארצע אייז.
דער פאטער איז נישט געווען אנגעטוהען מיט א סיטבעלט, אין די פיר קינדער וואס זענען געווען אין דער בעק זענען אויך נישט געווען געגארטעלט, זיי זענען נעבעך ארויסגעפלויגען פין די פענטסערס, אין זענען געווארען שווער פארוואנדעט, די צוויי עלטער קינדער, די דרייווער מיט די מיטלע פאסענדזשער וואס זענען געזעצען אין פראנט, זענען לייכט פארוואנדעט געווארען. זיי זענען געווען געגארטעלט.
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
מען זאל טראכטען צוויי מאל פאר מען פארט ווינטער קיין טאש. איך ווייס נאך א מעשה פין איינער וואס די קאר האט זיך איבערגעדרייט אפאר וואכען צוריק אויף'ן וועג קיין טאש, און ב"ה זיי זענען ארויס מיט ניסים.
|
|