יאסי בראך האט היינט באזוכט אין ראדני סטריט-פאלוזשא, וואו ער איז געקומען אן קיין גארדס. יאסי האט זיך געטראפן מיט שאול פערלשטיין און משה גבאי, און ער האט זיך הערצליך באגריסט מיט זיי. זיי זענען געווארן בלאס און האבן אויסגעקוקט ווי המן נאכ'ן באגאסן ווערן מיט די מעשה.
יאסי איז תיכף נאכדעם צוגעגאנגען צו זלמן לייב'ס פלאץ, און זיך אהינגעשטעלט, און דערקלערט פאר'ן ריזיגן עולם וואס איז זיך צוזאמגעקומען אז נאכדעם וואס די פיר ראדני רוצחים וועלן אינדייטעד ווערן, וועט ער צוריקקומען און קלעימען זיין מקום קבוע אויף זלמן לייב'ס בענקל.
די פאר זאליס וואס דאווענען אין ראדני האבן געקריצט מיט די ציין און זענען געלאפן צו פויערשטיין שרייען היתכן, מען האט זיי דאך צוגעזאגט אז יאסי קען מער נישט אריינקומען אין שול. פויערשטיין האט געקעקעצט און נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.