בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טעגליכע ארטיקל: יום ב' וארא תשס"ה לפ"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2005 22:15 לינק ישיר 
טעגליכע ארטיקל: יום ב' וארא תשס"ה לפ"ק

א "רבי" א "רב" א "מקובל" וואס וועלן דערלעבן משיח'ן

ס'איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי דריי גדולי ישראל על אף וואס זיי זענען אלט אדער זענען קראנק, אבער די הבטחה וואס איז ארויס פון די מויל פון צדיקי מעלה ושרפי קודש מהדורות הקודמים שטייט פעלזן פעסט און דאך לעבן זיי אלס ווייל עס דארף מקויים ווערן זאלן דערלעבן ביאת המשיח.

א) הרב הצדיק די וועלט בארימטער עמוד החסד כקש"ת רבי נפתל'טשע הלברשטאם שליט"א האדמו"ר מבאבוב בנו פון רבה"ק רבש"י רבי שלמה הלברשטאם זצ"ל זי"ע וואס וועגן א ווארט וואס איז ארויס פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע איז די סיבה וואס ער איז בין החיים און וועט אי"ה דערלעבן משיח'ן.

אמאהל זייענדיג א קינד פון צוויי יאהר איז די צוקנאפטיגער וועלטס בארימטער מנהיג ישראל ונעים זמירות ישראל הרה"ק מהרב"צ מבאבוב זצ"ל געעצן אויף די שויס פון זיין זיידן די בארימטע צדיק פון צאנז וואס איז געווען זיין עלטער זיידע די פאטער פון זיין זיידן הרה"ק רבי מאיר נתן זצ"ל וואס איז געווען זיין פאטער'ס (מהר"ש מבאבוב) פאטער, און די צאנזער רב זי"ע האט זיך אויסגעדריקט בימיו ובימינו יבנה ציון ע"כ, חסידים האבן פון אייביג אהן געוואלט פארשטיין די באדייט פון די ווערטער און מ'האט געגלייבט אין די שווער צייטן ווען היטלער איז אויפגעקומען אז אט קומט משיח כדי עס זאל מקוים ווערן די נביאות פון צאנזער רב, אבער ליידער איז נלכב בשחיתותם משיח ד' און מהרב"צ מבאבוב הי"ד איז פון די צענדליגע מנהיגים פון מדינות יוראפ וואס זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש ד', אבער ווי אונז ת"ח ווייסן מיר איז דא א כלל וואס ווערט געברענגט אין ש"ס אז שלשה תלמידי חכמים שראו זה את זה איז אזוי ווי זיי וואלטן נאך געלעבט, און הרה"צ ר' נפתל'טשע שליט"א נישט נאר וואס ער איז געווען זייער נאהנט מיט זיין זיידן נאר ער איז אויך געווען די לעצטע וואס האט אים באגלייט ווי ער איז אומגעקומען אין א וואלד לעבן לעמבערג ביום ד' אב תש"א הי"ד, קומט אויס אז ווילאנג די רבי נפתל'טשע לעבט איז אווי די קדושת ציון איז נאך דא בזה העולם און עס ווערט מקויים די הבטחה פון צאנזער רב כנ"ל, און מ'זעהט קלאהר ווי מיט כח האלט מען אים אויף דער וועלט.

ב) א צווייטע גדול בישראל פון מדינת אונגארן איז הגאון המפורסם בעולם מרן רבי רפאל בלום מקאשוי שליט"א וואס איז שוין א זקן מופלג אין די הויכע ניינציגעס און על אף וואס ער איז קראנק איז א פלא ווי אזוי ער האלט זיך נאך נאכדעם וואס ער איז שוין שוואך אזויפיל יאהר, און ווען מ'האט געמיינט אז דאס איז דאס האט זיך ארויסגעוויזן אז נישט נאר דאס נאר ער האט נאך איבערגעלעבט זיין רעביצין אויך וואס איז פלוצים אוועק לעצטע וואך וואס אויף דעם האט זיך זיכער קיינער נישט געראכטן, נאר וויבאלד ער האט באקומען א הבטחה פון זיין רבי'ן הגה"ק רבי שאול בראך זצ"ל אב"ד קאשוי אז ער וועט דערלעבן משיח'ן דארף מקויים ווערן דער הבטחה.


ג)פון די אנדערע עק וועלט המקובל המפורסם הרה"צ רב כדורי וואס איז שוין א זקן מופלג איבער די הונדערט וואס האט באקומען דריי הבטחות פון זיין רבי'ן הגה"ק בעל בן איש חי זצ"ל אב"ד באגדאד וואס האט אים צוגעזאגט איינס, אז ער וועט קיינמאהל נישט דארפן צוקומען צו אויגן גלעזער וואס עד היום דארף ער טאקע נישט, און אז ער וועט זוכה זיין צו גיין קעגן משיח, די דריטע איז נישט בעקאנט.

וואס מ'זעהט פון דעם איז אז מ'האלט שוין גאר נאהנט, און אינטערסאנט איז אויך צו באמערקן וואס איינע פון די חשובע רבנים אין א"י דערציילט אז ער האט אמאהל באקומען א זייגער פון א צדיק נסתר וואס האט אים געזאגט אז ווען די ווייזער וועט האלטן ביי צוועלעףר זאל ער וויסן אז דעמאלס וועט זיין ביאת המשיח און די זייגער ריקט זיך אלס אביסל און לעצטענס האלט עס שוין גאר נאהנט צו די צוועלף, איז לאמיר טאקע האפן אז אין די נאהנטע טעג נשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות


תוקן על ידי - דישיגוטער - 03/01/2005 22:56:35



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2005 23:37 לינק ישיר 

נעבעך.
נעבעך.
נעבעך.

דריי מאל נעבעך, אויף די דריי צדיקים קדושי עליון וואס דו ניצט זייערע נעמען פאר דיינע געמויזעכץ
און נאכאמאל
נעבעך.
נעבעך.
נעבעך.

נישט אז איך גלייב נישט אין ביאת משיח צדקינו ואע"פ שיתמהמה!

משיח'ס קומען האט נישט מיט קיינעמ'ס ברכה און איז זיכער אפילו אויב די דריי קדושי עליון צדיקים גדולים וועלן חלילה נישט "דערלעבן משיח צדקינו"

גרעסערע צדיקים פון קאשויער רב, און פון באבוב'ער רב און פון בן איש חי האבן זיך געשווירן אין שנת תר"ס אז משיח גייט קומען. - אבער דער דור איז ליידער נישט ראוי געווען

גרעסערע קדושים האבן זיך געשוואוירן אין שנת כת"ר אז משיח גייט קומען יענס יאר! - אבער דער דור איז ליידער נישט ראוי געווען.

מיט דיינע געבאקענע "זייגערלעך" מאכסטו מער קאליע ווי נוצן.

איך האב באמת ליב דיינע הגהות שטענדיג. איך בין פון דיינע פארערהער, און ליבהאבער, אבער איצט האסטו מיאוס געפוטשט!

משיח וועט קומען בקרוב, צי איז דא א ברכה פון אלע צדיקים קדושים צי נישט. צי דער זייגער ווייזט צוועלף אדער אכט!

איך גלייב אז משיח וועט קומען וועט די צייט וועט זיין! ווען דאס וועט זיין האט יעקב אבינו נישט געזאגט פאר די שבטי קה, און זיכער האט עס קאשויער רב נישט געוואוסט און אפילו נישט דער בן איש חי!

ווייל אזוי האט ג-ט ברוך הוא געוואלט אז קיינער זאל נישט וויסן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2005 00:07 לינק ישיר 

ולי יש להוסיף . ממה ששמעתי ממקור ראשון (ולא ע"י שמועה!!)

הרה"ק רבי שלומק'ה מזוועהיל זצוק"ל זיע"א התהלך פעם בזקנתו עם משמשו הנאמן הרה"ח רבי אלי'ה ראטה זצ"ל. ברחובות ירושלים . כשחלפו ליד כמה מילדי ירושלים . פנה לפתע הרה"ק ר' שלומק'ה לשמשו ואמר לו . לא אני ולא אתה נראה את משיח בחיינו על העולם הזה . אך הילדים האלה יזכו לראות את משיח בחיי חיותם !!!

שמעתי זאת מנכדו של ר' אלי'ה הנ"ל.
והר"מ שלי בישיבה סיפר בזמנו ששמע את זה מבנו של אחד הילדים ההם . שר' אליה זצ"ל סיפר לו.

""""""",הילדים ההם היום כבני שישים עד שבעים שנה"""""""



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2005 18:20 לינק ישיר 

זאג נאר קעכער'ל.

וואס האט הרה"ק רבי שלומק'ה מזוועהיל זצוק"ל זיע"א געטראכט ווען ער האט געזאגט יעדן טאג דעם אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה, עכ"ז אחכה לו בכל יום שיבוא....

וואס האט הרה"ק רבי שלומק'ה מזוועהיל זצוק"ל זיע"א געטראכט ווען ער האט יעדעס יאר ביים סדר און נאך נעילה יום הקדוש, ביים זאגן דריי מאל לשנה הבאה בירושלים...

ער האט זיך גוט אינטערגעלאכט... אהא, איך ווייס דאך דעם סוד העיבור (הגלות) אז משיח וועט נישט קומען נעקסטעס יאר? די שוטים רייסן איין, זיי מיינען אז משיח קען נאך קומען לשנה הבאה!

קעכער מיט דישגוטער אויב גלייבט איר זאכן וואס איז קעגן די תורה, קענט איר רואיג אננעמען דעם קאראן, און גלייבן ווי בהמות!

אידן זענען מאמינים בני מאמינים - והוא תהלתם!
נישט אלעס וואס יעדער חסיד-שוטה פארקויפט דארף מען קויפן, גלייבן דארף מען באמונה וואס די תוה"ק און די חכמים האבן קובע געווען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2005 18:32 לינק ישיר 

ער האט געקעט מיינען מיט תחית המתים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2005 19:24 לינק ישיר 

פשטידא

לא אני ולא אתה מסוגלים להבין מה אמרו גדולי ישראל בזמנים עברו.

כמוך גם אני מאמין, גם בביאת המשיח וגם באמונת חכמים אשר דברים לא יוצא לריק. מי יבוא בסוד שיחם, מי יבין נסתרות לשונם.

רק הבאתי מעשה, ששמעתי ממקור ראשון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2005 20:32 לינק ישיר 

שכחת להוסיף הרב מליבאוויטש שליט"א...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2005 02:51 לינק ישיר 

איך בין מסכים מיט די קעגנערס. אמאל איז אמונת חכמים איבעגעניצט.

משיח וועט קומען ווען ער וועט קומען. און ר' שלמקער זווילער מיט זיין גאנצע מאדנע התנהגות איז זיכער נישט בכח צו זאגען אז משיח וועט נישט קומען אין אונזערע טעג, און עובר זיין איינער פין די י"ג עקרים.

דישיגוטער
א שיין פשעטיל וועגען די מהרנ"ץ מבאבוב. ווי שטייט דאס שלשה ת"ח שראו זה את זה? אין דיין דמיון? און ווי אזוי פארענטפערט מען דער "בימינו" פין די ברכה פין ד"ח? אגב די ד"ח האט עס געשריבען אין א בריוו, ביסט אן עם הארץ אין תורת באבוב, די בריוו איז איינער פין די מוצל מאש פין ווישניצא.
און באבוב זאגט מען פשט ווי דער זרע קודש שרייבט אז מיט די "טעג" בויט מען דעם ביהמ"ק, ובנה אותה בקרוב "בימינו" די זעלבע כוונה האט די ד"ח געמיינט.

מען דארף גלייבען אז משיח וועט קומען, ואע"פ שיתמהמה חכה לו, און נישט ווייל א רב א מקובל אין רבי האבען צוגעזאגט, נאר ווייל אזוי האט די אויבערשטער געהייסען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2005 02:52 לינק ישיר 

און קעכער
צו זייערע גאטשעס הקדושים פארשטייסט די אויך נישט, אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2005 04:57 לינק ישיר 

טעיתי בפרט אחד ואעתיק מה שכתוב מלה במלה מספר היכל באבוב

"השם "בן ציון" נקרא עליו במצות זקנו הדברי חיים זי"ע כסגולה לחיים ארוכים מיסוד דברי החיד"א באחד מחיבוריו אחרי שבעבר לא התקיימו ילדיו של רבי שלמה'לי מסופר גם שהדברי חיים בחר בשם זה לסימנא טבא שבימיו ישוב ה' את שיבת ציון, אף הוא השתעשע בתינוק נינו דרך הפלגה פעם אחת כאשר הביאוהו ההורים לצאנז הושיב אותו הדברי חיים הקדוש על ברכיו ליטף בשתי ידיו את ראשו המתולתל ויקרא: "אתה תגדל חכם מחוכם", ברכה שנתקיימה במילואה, במרוצת ששים וחמש השנים הבאות התפרסם רבי בן ציון בעולם החסידות בקרב גדולי רבנים ואדמורי"ם כ"חכימא דיהודאי"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טעגליכע ארטיקל: יום ב' וארא תשס"ה לפ"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext