| נשלח ב-4/1/2005 21:28 |
|
| |
וואס מיינט 'גוי גדול'
עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, לכאורה א פשוט'ע זאך. איך וויל אבער הערן וואס אנדערע טראכטן.
דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם, 'ואעשך לגוי גדול'. וואס איז דער פשט פון דעם אויסדרוק 'גוי גדול'? לכאורה יעדעס פאלק איז גרויס, און עס איז גאר דא אסאך גרעסערע פעלקער ווי דער עם ישראל - די בני אברהם יצחק יעקב. איז וואס איז דער הבטחה פון 'גוי גדול'.
נאר דער אמת איז, ווען מ'טראכט אביסל אריין אין דעם מצב פון יענע צייטן, ווען עס האט זיך אויסגעשטעלט די אלע פעלקער, שטעלט זיך ארויס אזא בילד. עס איז געווען ראשי בית אב, זיי האבן געהאט קינדער, פון יעדעס קינד באזונדער איז געווארן א שבט
(tribe). דער שבט פלעגט זיך באזעצן אין איין ארט צוזאמען, און ווען דער שבט איז געווארן גענוג גרויס, איז עס געווארן א פאלק.
אבער פון צווישן די קינדער - פון וועמען די פעלקער זענען צושטאנד געקומען - האבן זיך אפאר אפגעטיילט, און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך. און אזוי איז ארויס געקומען דער צוזאמשטעל פון אזויפיל פעלקער.
משא"כ ביי די קינדער פון אברהם, וואס לכאורה ביי די צוועלף שבטים, וואלט זיך ווען געדארפט צוטיילן, און ווערן עקסטערע צוועלף פעלקער. אויף דעם איז געווען די הבטחה פונ'ם אויבערשטן, אז ביי די קינדער פון אברהם, וועט מען זיך נישט צוטיילן, נאר זיי וועלן אייביג בלייבן איין גרויס פאלק.
און ווי מ'זעהט טאקע ביי עשו - וואס ביי איהם שטייט אז ער ווערט נישט פאררעכנט אין די ברכה, כי ביצחק יקרא לך זרע - זענען טאקע אלע זיינע קינדער צוטיילט געווארן אין באזונדערע שבטים, און דערנאך אין פעלקער. ווי למשל: איטאליע, דייטשלאנד, פראנקרייך וכו'.
און אינטערעסאנט איז, אז די ברכה פון 'גוי גדול' שטייט אויך ביי ישמעאל. און טאקע די איינציגסטע צוויי וואס האבן זיך שטענדיג געהאלטן אלץ איין גרויס פאלק, זענען די אידן און להבדיל די ישמעאלים. איבעראל שטייט וועגן ישראלים און ישמעאלים, עס שטייט נישט עשוים אדער אדומים וכדו'.
דאס איז אלץ בדרך אפשר, עס קען זיין אז איך מאך א טעות. איך ערווארט צו הערן אנדערע מיינונגען.
תוקן על ידי - משיח_השם - 04/01/2005 21:37:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2005 07:52 |
|
| |
אין וויאזוי ביסטי מסביר דעם "כחול הים?? וואספארא ברכ,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 02:24 |
|
| |
קודם כל, די ברכה פון 'כחול הים' האט נישט קיין שייכות צו די ברכה פון 'גוי גדול'.
צווייטנס, ווי איך פארשטיי מיינסטו צו פרעגן, אז די ברכה פון 'כחול הים' איז לכאורה נישט מקויים געווארן.
אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן אפאר נקודות:
א. דאס אז איך האב געטראפן א שיינעם פשט (לכאורה) אויף 'גוי גדול', איז מיך נאך נישט מחייב צו פארענטפערן דעם 'כחול הים'.
ב. איך וועל אבער פרובירן אי"ה צו טרעפן א פשט דערויף. ווייל עס איז ביי מיר ברור, אז די ברכה איז מקויים געווארן, ווייל אויב דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט, דאן קען נישט זיין אנדערש.
ג. אדרבה זאג דו עפעס א גוטן פשט, וועל איך - און נאך אידן - הנאה האבן.
צדיקים פלעגן זאגן: 'אזוי לאנג ווי ס'קאכט איז גוט'.
משיח
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 02:29 |
|
| |
נאר צולייגען אן הערה. איך פארשטיי נישט פארוואס מען רופט אלע מוסעלמענער ישמעאלים, וואס האבען מוסעלמענער מיט ישמעאל?
אזוי איז רגיל אין די וועלט אבער דאכט זיך אז עס האט נישט קיין היסטארישער מקור.
די זעלבע איז שווער פארוואס מען רופט קריסטען בני עשו, מילא איטאליענער קומען פין איטאליע, אין מען האט זיך ליב איינרעדען אז איטאליע איז אדום, אבער די רעשט זיכער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 02:42 |
|
| |
הרב בארא פארקער
א דאנק פאר דיין שיינע הערה.
דאס וואס איך האב גערעדט פון ישמעאלים און די בני עשו, האב איך נישט געמיינט היינטיגע צייטן. היינט האלט מען שוין נאך דעם 'בא סנחריב ובלבל את העולם'. מ'ווייסט שוין נישט היינט פונקטליך ווער איז וואס. און די ישמעאלים זענען שוין גראדע היינט יא צוטיילט אויף אסאך פעלקער.
אבער אין די תורה און אין נ"ך, זעהט מען אז די ישמעאלים און להבדיל די בני ישראל זענען געבליבן איינס. ווען די בני עשו זענען גלייך נאך איהם צוטיילט געווארן אויף באזונדערע פעלקער.
אנטשולדיגט אויב כ'האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט.
דאס וואס מ'רופט די קריסטן בני עשו, איז קלאר א טעות. [איך ווייס נישט ווער עס רופט זיי אזוי]. קריסטנטום איז א רעליגיע, עס באלאנגט נישט צו א פאלק, אדער משפחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 03:01 |
|
| |
רש"י הק' זאגט אויפן פסוק ויעש אברהם משתה "גדול": זאגט רש"י (בערך די לשון, איך האב נישט קיין חומש) "משתה שגדולים הי' מסובים שם, אברהם ואבימלך".
קיין זיין לפענ"ד, אז דאס מיינט גוי "גדול": א פאלק מיט גרויסע מענטשן, מיט גרויסע קארפן קעפ וכדומה, אין מ'זעהט עס טאקע במציאות...אז אידן זענען אלס געווען די קעפ איבעראל, וויפיל מ'זאל זיי נאר נישט פיינוגן...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 03:59 |
|
| |
רש"י זאגט בפירוש אז עס גייט ארויף ווען משיח גייט קימען
משיח ה,גייט שטאפעל ווייז קודם מאכט ער ליצנות פין אנזערע רביס פין די דורות הראשונים שרפי מעלה
פרעגט ווי א תם שטויסט ווי א מיעד
אין דברים בעקרן של ישראל יסודתם בהררי קודש{תגלחת נשים}
יעצט נעמט ער זיך איבער רש"י הקדוש
אזוי ווי די כותים בימי חז"ל וואס האבן נאר געוואלט לערנען פסוק חומש אן די דרשות הגמרא
תוקן על ידי - getme - 06/01/2005 4:11:52
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 04:06 |
|
| |
איז דען נישט דא פיר וועגן וויאזוי צו לערנען די תורה. פשט רמז דרוש סוד.
פארוואס איז פשט עפעס שוואכער ווי דרוש?
פארוואס אויב איינער לערנט פשט, הייסט שוין אז ער לאכט פון דרוש?
אגב: איגירקע, דיין פשט איז זייער א שיינער פשט, אבער מ'קען אפשר זאגן אז עס איז מער קרוב לרמז ווי צו פשט. אבער אלנפאלס ליגט א שטארקער אמת דערין.
מענין לענין בענין אחר. אז כ'האב אנגערירט די נקודה פון פרד"ס, האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט. פארוואס ביי חסידים דאוונט מען נוסח ספרד. ווייל ביי חסידים האט מען מעריץ געווען די אופן פון 'סוד' איבער פשט רמז און דרוש. און דאס איז די ר"ת פון 'ספרד'.
תוקן על ידי - משיח_השם - 06/01/2005 4:08:29
תוקן על ידי - משיח_השם - 06/01/2005 4:09:20
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 06:13 |
|
| |
אל תהיו כסוס, זאגט מען, סוד ועוד סוד, כפרד, פשט רמז דרוש, אין הבין, ווען מען פארשטייט.
אין אנדערע ווערטער לערען נישט סוד פאר די פארשטייסט די רעשט.
חסידים היינט לערנען נישט סוד. אפשר אמאל איז אזוי געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 06:34 |
|
| |
געטמי
איך זיך מיט לעכט דער רש"י אז לגוי גדול גייט ארויף ווען משיח וועט קומען. אפילו ביסט גערעכט ווערט מען נישט אן אפיקורס פאר זאגען נאך א פשט אנדרעש ווי רש"י. הרוצה ליתלות יתלה באילן גדול.
די פשוטע פשט איז באיכות, בערך אזוי איגריקע זאגט. די מדרשים לערנען אז עס מיינט אויף עניני תפילה, אז אידען פארשטייען ווי אזוי צו פועל'ן ביים אויבערשטען.
משיח. א הערה אויף דיין פשט.
קענסט מיר זאגען וואס די ברכה אין דעם איז, אז מען איז איין גרויסע פאלק אין נישט מערערע שבטים?
חוץ פין דעם, די אידען זענען געווען באזונדערע שבטים ביז די גלות פין עשרת השבטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 06:35 |
|
| |
נאך א הערה
גוי וקהל גוים איז צו דעם סותר.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 15:35 |
|
| |
איך האב איצט נאכגעקוקט די פונקטליכע לשון פונעם אויבנדערמאנטע רש"י, בראשית כ"א, פסוק ח': "משתה גדול. שהיו שם גדולי הדור שם ועבר ואבימלך."
|
|
|
|
|