בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סקילמאן – קליינע מיידלעך ליידן נעבעך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2005 18:31 לינק ישיר 
סקילמאן – קליינע מיידלעך ליידן נעבעך

עס ברענט..
די סאטמאר מיידל שולע האט געדינגען א בעסמענט אין א נייע בילדונג אויף סקילמאן סט. פאר די קליינע פיצלעך מיידלעך די בילדונג באלאנגט פאר איינעם עסטרייכער עס איז דא דארט א 10 קלאסן
די מצב דארט געפערליך ווייל עס איז געווען אינמיטען בויען א שטארקע פלאד און עס האט איינגעזאפט אסאך וואסעט און יעצט שימלעט עס און די קליינע קינדער ליידן נעבעך דערפון גפערליך ל"ע זיי האבן באקומען שטארקע קאפ ווייטאג און אסאמע די הנהלת הישיבה האט אנגעקאלט אלע מאמעס אז זיי זאלן גארנישט טאן און קיינעם נישט קאלן און אוודאי נישט די בילדונג דיפאר. ווייל עס איז זיי נישט דא ווי צו לייגן און מען נעמט קער און ביז אפאר וואכן וועט די זאך גוט זיין למעשה יעצט בלייבן רוב קינדער אינדערהיים אין די קלאסן זענען ליידיג די ישיבה פארשפארט עס נישט יעצט ווייל זיי מאכן געלט פון א פראגראם וואס זיי האבן אויף די פלאץ



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 19:03 לינק ישיר 

די אוענער אסטרייכער האט אלס באהאלטן די פאקטן פון יו טי עי
ער האט א מלחמה מיט די קונים פון אויבן וואס שרייען מיר האבן נישט געקויפט א דירה צו וואונען העכער א סקול
אבער ווי פארשטייט זיך אז נישט יו טי עי און אוואדאי נישט דער בארימטער אסטרייכער האלט אפילו ביים הערן
זאל יעדער וויסן אז מען קויפט א דירה דארף מען וויסן ווער דער בויער איז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2005 01:39 לינק ישיר 

ביידע פריערדיגע תגובות איז אויסגעזויגן פון פינגער
מצוץ מן האצבע
אזוי ווי אסאך אנדערע אשכולות היינט

דער פאקט איז אז מען האט יא געמסרט אויף עטליכע פלעטצער וכבר דשו בה רבים אלע אינספעקטארס זענען שוין געוועזן דארטן עס האט שוין פיר מאל געפעסט אלע מיני טעסט און אלע אינספעקשאנס עס איז איינגערעדט

והראי די סקול איז ווייטער דארטן טראץ אלע באשולדונגען



בנוגע די שכנים איז אויך נישט אמת

אלע דירות זענען פארדינגען נישט פארקויפט און וואס ארי עסטרייכער האט ע"פ געזעץ געמוזט פארקויפן איז פארקויפט געווארן פאר זיין טאטן, שוואגער, ברודער, נעפיוס,
אלעס ווייטער אין זיין אייגענע פעמילי און ער איז ווייטער בעלעבאס

במילא האקט נישט תגובות לויט ווי עס שמעקט אייך

אסאך מענשן זענען שוין אנטלאפן פון דעם פארק דא נאר וועגן אזעלעכע בויך אויסגעדראשענע תגובות

תוקן על ידי - לבטיג - 06/01/2005 1:45:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2005 02:09 לינק ישיר 

אויסשווארץ שור שנגח
איך בעט די זאלסט דיך אפטראגען מיט דיינע שקרים, אונז האבען לעצטענס מיט מזל אנגעהויבען צו האבען מנוחה פין ענקער שקרים, און פאלשער מעשיות. גיי שרייב דיינע מעשיות אין בלאט, אבער שקרים איז נישט אין קיינעמ'ס אינטערעס דא אויף היידפארק.

איך בעט יעדער איינער זאל מוחה זיין כדבעי. אז נישט וועט די זאך נישט נעמען קיין עק.

איך בין מוחל דיינע פאר אמת'דיגע הודעות, מען קען פשוט נישט וויסען ווען די זאגסט אמת אדער שקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 23:56 לינק ישיר 



היינט בין איך דורכגעפאראן דארט האב איך געזעהן די בילדונג דיפא. אין פראנט מיט אסאך מענשטען וואס איז געווארן ווייס איך נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סקילמאן – קליינע מיידלעך ליידן נעבעך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext