דאוונען אין ראדני, אויסגעהאלטן ע"פ הלכה?
אזוי ווי די פייטס אין סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג איז לעצטענס זייער פראמינענט, איז מיר בייגעפאלן א שטארקע פראגע.
כאב אמאל געהערט פון ר' נתן יוסף מייזעלס שליט"א, אז דער סאטמארע רבי זצ"ל האט איהם אמאל געזאגט אז דער אפטייטש פון א "חסידישער איד" מיינט אז מ'איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר א יעדע קוצו של יוד פונעם שו"ע.
איך וועל דא אראפ ברענגן א קלארע "קוצו של יוד" וואס זאגט קלאר אן קיין שום חילוקי דעות אז א ביהמ"ד ווי די הערצער זענען נישט באחדות, איך רעדט נישט פון פיזיש זיך שלאגן און מבזה זיין איינעם דעם אנדערן, זאל מען נישט דאווענען.
דא איז די לשון וואס דער משנה ברורה ברענגט אראפ בשם ת' רדב"ז, או"ח הל' ביהכ"נ ס' ק"נ סק"ב:
ועיין בת' רדב"ז ח"ג סי' תע"ב שהאריך בדינים אלו, ובסוף דבריו כתב, וכל זה בזמן שכולם לב אחד הוא, שקילוסן עולה יפה, אבל אם חלק לבם, יותר טוב הוא שיתפללו כל כת בפני עצמה וכו', ולא תטעה בדברי לומר שאני סובר שהחלוקה טובה ח"ו, דהא קרא כתיב, חבור עצבים אפרים הנח לו חלק לבם עתה יאשמו וגו', אלא צריך להשתדל שיהיה לב אחד לאביהם שבשמים, ואם אי אפשר, אלא שתמיד הם מתקוטטים והם במחלוקת, דחה הרע במיעוטו, עכ"ל שם בתשובה, ועי' בפ"ת חו"מ סי' קס"ב מה שהאריך בעינינם אלו.
איך האלט ע"פ הל' טארן ר' אהרן'ס חסידים נישט קומען דאווענען אין ראדני, זיי זענען גורם אז "חסידישע" אידן נכשל צו ווערן און דעם "קוצו של יוד", זיי האבן זיך געעפענט אן אייגן הערליך ביהמ"ד, וואס דאס איז טאקע אזוי ווי די הלכה, אז מ'דארף זיך אפטיילן אויב סיז נישט דא קיין אחדות. זיי האבן נישט קיין שום תי' צן קומען צו ר' זלמן לייב'ס ביהמ"ד, און אויב זיי קומען יא און סיז דא דארט א שרעקליכע שנאה, טאר קיין "חסידישער" איד דארט נישט דאווענען.
איך האב הנאה פון ר' זלמן לייב'ס חסידים וואס האבן געעפענט אן אייגן ביהמ"ד אין מאנרא, איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן עס גאטאן וועגן די אויבנדערמאנטע הלכה, און זיי טוען 100% ווי די הלכה ווייל זיי קומען נישט שטערן ר' אהרן'ס חסידים.
בקיצור, מעג מען דאווענען אין ראדני צו נישט?
 |
|
|