| נשלח ב-11/1/2005 04:29 |
|
| |
פאר איר האט חתונה געהאט...
וואס האט איר געשפירט?
האט איר מורא געהאט פון עפעס?
האט איר געוויסט אז ס'איז א גרויסע אחריות צו חתונה האבן?
זענט איר ארויס פון די ישיבה באנק אדער שוין געארבעט?
ווי לאנג פאר די חתונה האט איר זיך נישט געטראפן מיטן כלה?
ווי לאנג פאר די חתונה האט איר אויפגעהערט רעדן מיטן כלה?
האט איר געטראכט פון עצם יום החתונה, אדער פון די פיוטשער?
האט איר געטראכט ווער וועט יא / נישט קומען צו אייער חתונה?
וועלכע מיוזיק מ'וועט זינגען ביי די חתונה?
וואס גייט דער בדחן יא / נישט זאגן?
האט איר געטראכט וועט זיין בזיונות אדער וועט זיין אוקעי?
האט איר געטראכט וועלכע געגענט צו וואוינען?
ווי לאנג פאר די חתונה האט איר געטראפן א אפארטמענט? (איך האב נאכנישט דערווייל).
זענט איר געווען אנגעצויגן, אדער העפפי?
[נאך שאלות?]
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2005 04:44 |
|
| |
זייער פריילעך ב"ה מען גייט אויפשטעלן א אידישע שטוב,
ה' לי ולא אירא,
אז מען גייט בדרך התורה איז א געשמאק און גרינג אנצונעמען אזא אחריות,
פון ישיבה הקדושה,
זייטן בישאו,
פון די בישאו,
פון די מצות פון יום החתונה, וואס איז דער קנין, עס איז נישט סתם א טקס, ווער די עדות וועלן זיין,
און א פאזיטיווע טראכט אויפן עתיד,
מי שבא ברוך הבא---מי שלא בא תודה רבא,
בכלל נישט - אבי ווער,
ווא קערס -- אבי משמח זיין,
זייער א קעי נא בזיונות -- חשוב טוב יהיה טוב,
איך האב געוואוסט ווי איך וויל --נישט געווען וואס צו טראכטן,
שיהיה בשעטומ"צ אכי"ר
א וואך נאכן ווארט -- מיין מחותן האט געשאפט
זייער פריילעך
תוקן על ידי - מאירקע - 11/01/2005 4:49:08
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2005 18:08 |
|
| |
וואס האט איר געשפירט? ס'האט מיר געשווינדעלט
האט איר מורא געהאט פון עפעס? נישט עכט, איך האב בעיקר געקוקט אז מיין יעצטיגע "חתן זמן" זאל זיין אויפן העכסטן שטאפל, הנאה צו האבן פון מיין לעבן, [לויט מיין "דעמאלטסדיגע" השגות]! איך בין אסאך ארום-געפלויגן ארום די וועלט [פארצייל נישט פאר קיינעם!]
האט איר געוויסט אז ס'איז א גרויסע אחריות צו חתונה האבן? איך ווייס נאך היינט נישט פון קיין "גרויסע" אחריות! אוודאי, מען ברענגט פרנסה אין שטוב, מען לייגט שלאפן די קינדערלעך קע"ה, מען קויפט איינמאל א וואך א קליינע "סורפרייז" פאר די עקרת הבית תחי', און דאס לעבן פארט זייער גוט ב"ה [סורפרייז מיינט - א אינטערעסאנט נייע ביכל [אויב זי ליינט], א "פרענטזש פריי", אן אינטערעסאנט בילד וואס מען האט היינט אפגעכאפט אויפן "סעל."!
זענט איר ארויס פון די ישיבה באנק אדער שוין געארבעט? ישיבה
ווי לאנג פאר די חתונה האט איר זיך נישט געטראפן מיטן כלה? פערזענדליך: זיך נישט געטראפן פון נאכן "תנאים", אבער... מען האט זיך 2 מאל "פערצופאל" באגעגענט אויפן גאס און זיך געווינקן אזוי אז מיר ביידע געדענקן עס נאך היינט!
ווי לאנג פאר די חתונה האט איר אויפגעהערט רעדן מיטן כלה? מיין חתונה איז געווען מיטוואך נאכט, דאס לעצטע מאל האבן מיר גערעדט ערב שבת באווארפן, [זיך אנצווינטשן "א גוט שבת"]
האט איר געטראכט פון עצם יום החתונה, אדער פון די ר? ווען איך האב געטראכט פון "יענע נאכט" האב איך געטראכט דערפון זייער ערענסט, באמת!
האט איר געטראכט ווער וועט יא / נישט קומען צו אייער חתונה? ניין, איך האב געלאדענט אויף רעכטס און אויף לינקס, אבער איך האב נישט געטראכט דערפון
וועלכע מיוזיק מ'וועט זינגען ביי די חתונה? ניין
וואס גייט דער בדחן יא / נישט זאגן? ווען האב איך געזאלט דערפון טראכטן? ביים מצוה טאנץ איז מיין "עקרת הבית" געזיצן לעבן מיר און מיך אינטערגעהאלטן...
האט איר געטראכט וועט זיין בזיונות אדער וועט זיין אוקעי? נישט געטראכט! דרך אגב: וואספארא "בזיונות קען שוין זיין??
האט איר געטראכט וועלכע געגענט צו וואוינען? איך טראכט "היינט" דערפון, דעמאלטס נישט [איך פארשטיי נישט די קשיא, וואוינט מען נישט ווי די כלה וואוינט?
ווי לאנג פאר די חתונה האט איר געטראפן א אפארטמענט? (איך האב נאכנישט דערווייל). ס'איז דעמאלטס נישט געווען מיין דאגה!
זענט איר געווען אנגעצויגן, אדער העפפי? כנ"ל
Jewbow טייערע! איך האב נישט געהאט פון וועם צו פרעגן די אלע קשיות, און ס'איז ב"ה אדורך זייער גוט! איך האב מורא אז דו וועסט צופיל "גרובלען" וועסטו געוואר ווערן ווען מ'דארף יא מורא האבן און ווען נישט! לאז אפ! INJOU LIVE! מאך א לעבן!
דיין יעצטיגע פאר וואכן איז דיין "איינציגע" צייט אין לעבן, וואס דו קענסט "טוהן וואס דו ווילסט" [אויפשטיין ווען דו ווילסט, זיך לייגן ווען דיר שמעקט, עסן וואס איז דיר באקוועם, ארומפארן איבער בערג און טאלן, שטעט און דערפער, אראבישע שטחים א.א.וו.
אסאך אסאך מזל, און גרויס הצלחה
ווי עס וואונטשט: משה בער בעק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2005 18:44 |
|
| |
אויף ענגליש הייסט עס COLD FEET
אלע האבען עס, אל תדאג חבובע'לע
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2005 19:22 |
|
| |
I CAN PROMISE YOU IT WILL BE OVER AFTER THE WEDDING SO JUST FOR A FEW HOURS IT DOESENT PAY TO MAKE A FUSS
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2005 20:33 |
|
| |
ס'איז דא היינט זייער גוטע ספרים פאר חתנים, וואס העלפן דיר אויסשטעלן דיין לעבן אידישלעך ערליך און מענטשליך
אט איז 2 וואס איך געדענק אז ס'איז זייער גוט
ווער ס'ווייסט און געדענקט נאך, זאל ביטע שרייבן
"ראה חיים" פון הרה"ג ר' חיים וואזנער שליט"א אבדק"ק סאטמר לאנדאן, בן הגאון אב"ד זכרון מאיר בני ברק
"חיים של אושר" - צוויי בענדער
די 2 זענן אויף לשה"ק (חיים של אושר איז מער העברעעיש אפילו)
ס'איז אויך דא אידישע
שידוכים און שדכנות פון ר' אברהם מייזעלס שליט"א בעל המטביע
עצות צו שלום בית - 2 בענדער איינס פאר איהם איינס פאר איהר - פון הרב הערשל פעקעטע פון מאנסי
און גרובל נישט אזויפיל, "התהלך עמו בתמימות, ולא תחקור אחר העתידות" לעב מיט'ן הוה, און דאנק השי"ת פאר יעדע מינוט
זעה: יעדער האט עס איבערגעלעבט און איז פריילעך ב"ה (מער ווייניגער), דו וועסט דאס אויך קענען, כאטש ס'שיינט נישט אייביג די זוהן, איז אבער מיט השי"ת הילף, אז מ'האט אביסל שכל אין קאפ, גיט מען זיך אי"ה אן עצה!
בברכת הצלחה! און חיי עושר ואושר!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 02:15 |
|
| |
דזשובוי, דער עיקר, לערן דיך אויס פאר כאטש א האלב יאר צו שלינגען, צו קענען פארנעמען א צווייטע פערסאנאליטי און נישט אלעמאל צו ענטפערן אפילו ווען מען איז גערעכט 100% און אפילו ווען מען האט א גוטס!
זה כלל גדול בשלום בית והשאר יבא ממילא
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 02:37 |
|
| |
דזובוי
זאל דער באשעפער העלפען אז די זאלסט נישט האבן וואס צו שלינגען
צייג איר וואס פארא מעכטיגע מוסד די פירסט דא אן

|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 02:53 |
|
| |
משה בער בעק מאכט מיר לאכן מיט זיינע געוואלדיגע עצות... אבער עס איז פארהאן א ספר פון דעם אנדערן משה בער בעק (מעג איך שרייבן ר' בעפאר זיין נאמען?) איך קען מיך נישט דערמאנען ווי אזוי עס הייסט, אבער עס איז עפעס הנהגת הבית, וואו ער גיט געוואלדיגע הדרכות פארן לעבן פאר א חתן אדער א פרישער יונגערמאן - און גראדע אביסל אנדערע השגות פון אונזער משה בער הנ"ל...
למשל, איין גוט ווארט וואס איך געדענק: פארוואס פירט מען זיך צו לייגן א בילד פון חתן-כלה נעבן די בעט צו זעהן יעדן טאג? לקיים מה שנאמר "וחטאתי נגדי תמיד", צו געדענקען יעדן טאג אז מ'האט געטון אזא עולה און גענומען "פיקטשערס" ביי די חתונה! (אוי ואבוי! היינט נעמט מען שוין ווידיא).
תוקן על ידי - jewboy - 12/01/2005 3:24:36
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 03:27 |
|
| |
ס'איז דא ספרים פון ר' עזריאל טויבער שליט"א פון מאנסי, איינער ווייסט אפשר ווי אזוי זיי הייסן?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 16:19 |
|
| |
דזובוי,
איינע פון די "שווערסטע" זאכן נאך די חתונה איז זיך צוגעוויינען צום טלית... יא יא... קודם כל ווען דו נעמסט ארויס די ציצית צו קר"ש אדער ברוך שאמר, נעמט מען די ציצית פון טלית, נישט פון אונטער די הויזן... און נאכדעם צו לייגן דעם טלית אויפן קאפ נישט דעם הוט (אדער קאפילוטש).
דא איז געווען א מעשה נישט לאנג צוריק אין א כולל, וואו א פרישער יונגערמאנטשיקל האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, און נאכן ארויפלייגן דעם של-ראש האט ער ארויפגעלייגט זיין הוט אןיפן קאפ, אזוי ווי ער איז געווען צוגעוואוינט אלס בחור... און ער האט זיך ערשט געכאפט ביי ברוך שאמר, ווען די ארומיגע האבן געלאכט פון אים... שטייענדיג מיט די טלית אויפן פלייצע און הוט אויפן קאפ... (אוי לאותה בושה!...)
נאך א זאך, נאך די חתונה הייבט מען אן זאגן ביים בענטשן "אותי ואת אשתי". מיר האט איינער דערמאנט ביי די חתונה... בקיצור דער בענטשן וועט דיר נעמען עטליכע סעקונדעס לענגער...
בשעה טובה ומוצלחת!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 16:33 |
|
| |
WORLDWAR שרייבט:
דזובוי
זאל דער באשעפער העלפן אז דו זאלסט נישט האבן וואס צו שלינגען...
איך וואונטש דיר דו זאלסט קענען שלינגען די גוטע געשמאקע עסן וואס דיין רביצין וועט דיר צוגרייטן....
-------------
דזשובוי שרייבט:
ס'איז דא ספרים פון ר' עזריאל טויבער שליט"א פון מאנסי, איינער ווייסט אפשר ווי אזוי זיי הייסן?
מ'קען באקומען זיינע ספרים און טעיפס ביי זיין
ארגענאזאציע "שלהבת". פרוביר דא:
http://www.shalheves.org/pages/684779/index.htm
אויך אסאך ספרים געשעפטן פארקויפן זיינע זאכן. פרוביר אריינצוגיין אין א ספרים סטאר (אדער דזשודייקא?)
-------------
איך מיין אז דער ספר פון וואס איך האב אויבן געשריבן (פון ר' משה בער בעק) הייסט הנהגות לבית היהודי... אדער עפעס ענליך צו דעם.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2005 03:13 |
|
| |
כאילו מה, אנחנו נראים לך כאלו מסכנים?
גו'בוי, תהיה בטוח שכל אחד שהולך להתחתן עובר מה שאתה מרגיש לפני החתונה, זה בסדר גמור, זה מותר ואף רצוי לחשוב על העתיד, העיקר הוא להתמודד בצורה נכונה.
שיהיה בשעה טובה !
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2005 00:24 |
|
| |
איך האב געליינט א געוואלדיגער ספר פון א הרב ירמיה אברמוב מיט זיין רעבעצין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2005 01:40 |
|
| |
לכבוד דעם טייערען מנהל שיחי'
איך האב הנאה צו טרעפן א שותף צו מיינע דאגות פאר די חתונה, וואס ליידער רוב חתנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט חיי נישואין (ליידער ווייסן דאס רוב אויך נישט נאך די נישואין - חוץ אויב עס מאכט זיך בעיות), על כל פנים א חתן וואס דאגה'ט פאר די חתונה איז דא א סיכוי אז ער זאל גיין געוואר ווערן וואס דאס איז, קען ער לעבן א חיי נחת ואושר כל ימיו.
דאס איז זיכער א דבר פשוט אז מ'דארף גיין לערנען וואס חיי נישואין איז, אזוי ווי יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז מ'דארף ליינען די הוראות פון יעדן מייצר אויף זיין פראדוקט וואס ער איז מייצר, ווייל אז נישט קען מען חרוב מאכן דעם פראדוקט נאך פאר מ'האט דערפון הנאה, על אחת כמה וכמה דארף מען לערנען די הוראות פון חיי נישואין.
און איצט לענין וועל איך דיר ענפערן אויף געוויסע פראגעס וואס דו האסט געפרעגט:
* וואס האט איר געשפירט? *
איך האב געלערנט די חז"ל אז השורה בלא אשה שורה בלא תורה בלא שמחה וכו' וכו', האב איך פארשטאנען אז חתונה האבן וועט מיר קענען מאכן פאר א פולקאמער גאנצער מענטש, -ווארן מ'באקומט די אנדערע פלג- ממילא האב איך פרובירט צו שפירן אזוי ווי א מענטש ווייסט אז ער גייט בקרוב באקומען אפאר מיליון דולר, און גלייב מיר אז מ'גייט אזוי צו קען מען דאס טאקע באקומען.
* האט איר מורא געהאט פון עפעס? *
איך האב מורא געהאט פון איין זאך אז איך זאל זיך פירן מיט א מורא'דיגע אחריות וויסן אז איך דארף אויפבויען מיין שטוב, וואס דאס איז אריינשיינען א געוויסע אור אין די אשה וואס איז בבחינת מלכות דלית לה מגרמיה כלום, ממילא האב איך אסאך געזוכט ווער עס לערנט דאס, און ב"ה איך האב געפינען דורך א חבר מיינער, אויב דו ווילסט דאס ווענד זיך צו מיר אין אישית.
* האט איר געוויסט אז ס'איז א גרויסע אחריות צו חתונה האבן? *
יא יא יא
* זענט איר ארויס פון די ישיבה באנק אדער שוין געארבעט? *
פון ישיבה
* האט איר געטראכט פון עצם יום החתונה, אדער פון די פיוטשער? *
פון ביידע
* האט איר געטראכט ווער וועט יא / נישט קומען צו אייער חתונה? * וועלכע מיוזיק מ'וועט זינגען ביי די חתונה? * וואס גייט דער בדחן יא / נישט זאגן? * האט איר געטראכט וועט זיין בזיונות אדער וועט זיין אוקעי?
ב"ה די דאגות האב איך נישט געהאט, אבער איך פארשטיי זייער שטארק דיין נאטור, אויף דעם איז געזאגט געווארן בטח בה' ועשה טוב והוא ישמור עליך, ווייל דאס איז בסך הכל א וועג פון בעל דבר וואס קנאקט כדי צו פארדעקן דעם ריכטיגן מטרה, על כן חזק ואמץ והיה גבר!!! לערן אסאך אמונה ספרים. בכלל איז עס וויכטיג פאר די חתונה ווייל דאס איז די פון די וויכטיגסטע זאכן וואס זענען מקשר האיש והאישה, און דאס איז א אחריות אויפ'ן מאן אז די פרוי זאל דאס האבן, און פארשטייט זיך אליין אז מ'האט דאס נישט קען מען דאס נישט פארקויפן.
* זענט איר געווען אנגעצויגן, אדער העפפי? *
ביידע!!!!!!
נעקסט טיים שרייב בלשון דו הבנת??
 |
|
|
|
|
|