מחזה נהדר בעירינו הקדושה
וויליאמסבורג - א קאמיש בילד האט זיך היינט אנגעזעהן אויף קליימער סטריט. ווען חרדי'שע אינגעלייט פון די וויליאמסבורגער געמיינדע - מייסטנס סאטמארער - האבן געשטערט די פאליציי אויסצופירן זייערע פליכטן.
אויף קליימער סטריט צווישן בעדפארד און ווייט עוו. האבן די שטאטישע אינסטאנצן לעצטנס אינסטאלירט נייע שילדן, וואס צייגן אן 'נישט שטיין' זאנעס (No Standing) אויף דעם אזוי אויך אנגעשטאפטן געגנט. א דאנק די איניציאטיוו פון די חשוב'ע, ערליכע, חרדי'שע עסקנים און ארגאנאזאציעס, וואס זענען עוסקים בצרכי ציבור באמונה, און זארגן זיך פאר'ן וואוילזיין און פאר די ספעציפישע געברויכן פונ'ם חרדי'שן ציבור.
[דאס איז אגב, דער זעלבער סיבה פארוואס אין בארא פארק איז דא ווייניגער שעה'ן וואס מ'טאר נישט פארקן אויף די גאס - על אף וואס זיי האבן מייסטנס דרייוו-וועיס - און אויך קען מען פארקן דאבל פארקד אין אזא טאג. און אין וויליאמסבורג נישט].
ווי באקאנט איז דער קליימער געגנט, זייער אנגעשטאפט מיט קרוב צו טויזנט משפחות, אידן און גוים צוגלייך. פון איין זייט וואוינען די מער פארמעגליכערע אידישע בירגער. - די וואס האבן זיך געקענט ערלויבן אפצוקויפן הייזער פון די וואס האבן דאס אפגעקויפט פון די וואס האבן זוכה געווען בגורל, אין די ברוקלין ווילאס. און ארום איז די פראדזשעקט הייזער ווי עס וואוינען דער ארימערע טייל באפעלקערונג.
די ארימע מייסטנס האבן דאך נישט קיין קארס, ממילא איז גענוג פאר זיי דער קליינער פארקינג לאט אויף קליימער, וואס אנטהאלט נישט מער ווי עטליכע נ'צוואנציג קארס. אן אינטערעסאנטע זאך איז אבער מיט די 'אידישע' ארימע איינוואוינער פון די פראדזשעקטס, וואס מחמת אן אומפארשטענדליכע סיבה, קענען זיי זיך על פי רוב ערלויבן צו האבן [לוקסוריעזע] קארס, צו פירן דערין זייערע גרויסע פאמיליעס, וואס זיי - די ארימע - דארפן אויסהאלטן.
און דאס אלעס האט געברענגט צו א גרויסע אנשטיפעניש ביי די פארקינג ביז היינט. יעצט איז דער מצב נאך שווערער געווארן, ווען די שטאט האט אוועקגענומען א שיינער חלק פונ'ם בלאק על לא דבר. מען טוט אויף דעם פלאץ גארנישט, און עס שטייט דארט גארנישט, אבי עס זאל זיין ליידיג.
נו, האבן אינגעלייט פארשטייט זיך ווייטער געפארקד זייערע קארס דארט אויף יענעם ארט. זענען געקומען די פאליצייאישע אינסטאנצן היינט אינדערפרי, און געפינען צוויי קארס געפארקד אין דעם גע'אסר'טן זאנע. האבן זיי ארויף געשטעלט אראנדזשע נאטיצן אויף דעם פאדערשטן פענסטער, און דערנאך זיך געגרייט צו מפנה זיין די צוויי קארס.
דא איז ווי פון דער ערד ארויס געשפראצט א גרופע היציגע אינגעלייט - וואס זייער מח איז געוואשן מיט די צייטונגען, וואס פארשפרייטן בילדער פון ארץ ישראל, ווי מ'זעהט שאבאבניקעס מאכן אן איבערקערניש, און ווערן אנגערופן העלדן - און זיי האבן געוואלט נאכמאכן דעם זעלבן שטיקל. האבן זיי זיך אראפ געשטעלט פארנט פון די צוויי קארס, נישט צוצולאזן די פאליציי-שלעפער-טראקס אויסצופירן זייערע פליכטן. זענען די שלעפער טראקס געבליבן שטיין אויפ'ן ארט, ווארטנדיג עס זאל פריי ווערן דאס פלאץ פאר זיי. איז אינדערצוויש געווארן געבלאקט דער טרעפיק. און אפאר באסעס מיט קארס זענען געבליבן געשטראנדעט. די פייפערייען זענען געגאנגען על תולה ארץ.
איין אינגערמאן האט זיך אראפ געשטעלט אונטער דעם שלעפער טראק - בשעת ער האט געוואלט בעקן - און האט געהאלטן זיין הוט אין די הייעך, גלייך אקעגן איבער דעם שפיגל, כדי צו שטערן פאר'ן פאליציאנט צו קענען זעהן ווי ער בעקט.
נעבעך די טייערע קינדערלעך, די צאן קדשים, מיט זייערע מאמעס זענען געשטאנען און געווארט אויף די באסעס אין די קעלט, ווערנדיג דורכגענעצט פון די רעגן. אבער זיי האבן נישט געוואוסט אז אפאר אינגעלייט און בחורים זענען יעצט מקדש שם שמים ברבים, און צוליב דעם ברויכן זיי ליידן.
די אינגעלייט צו וועם די קארס האבן באלאנגט, האבן זיך ניטאמאל געקימערט אויף דעם חורבן וואס ווערט אנגעמאכט פאר זייערט וועגן, און זענען ניטאמאל געקומען אפנעמען זייערע קארס. ביז ענדליך שפעטער האט זיך איינער אויפגעוועקט פון שלאף (בערך 10 אזייגער), און אפגעטראגן זיין קאר.
עס איז געווען דארט צוויי פאטאגריפירער, איינער א איד, און דער צווייטער א גוי פון די פראדזשעקטס....
ברוך המקדש שמו ברבים.....
עס קען זיין אז איך וועל קענען ברענגען בילדער פון די מראה.
 |
|
|