|
|
| נשלח ב-6/2/2005 23:55 |
|
| |
זיידעל איך האף אז וואס די זאגסט איז אמת
אזוי אז יעדער אין קרית יואל זאל קענען זעהן, ווער עס גלייכט אים, און וועם ער גלייכט
שוין צייט..........
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 00:23 |
|
| |
עס איז געבליבו אז דער רבי פארט דעם שבת קיין לעיק פארעסט
אדער לארעל לעדז ביידע אין פאלסבורג
עס איז נאכנישט מוחלט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 06:22 |
|
| |
א שאד, שוין צייט שוין צייט
ער פאפט דאך יעדן איינעם אנגעהויבן פון זיך אליין, בפרט איצט איז שוין חודש אדר, איז דאך זיכער די צייט, ווי עס שטייט אין אלע מפרשים אויף די מגילה, די הסתר בתוך הסתר פון אסתר
זכרתי לך "חסד נעוריך"
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2005 16:36 |
|
| |
בשורה טובה לתושבי קרית יואל והגלילות
אין די לעצטע נאכט נאך באראטונגען האט דער רבי געווארן נעתר לבקשתו פון הטפסר הגדול ראש וראשון לכל דבר הנגיד הנכבד רבי וואלף לעפקאוויטש שליט"א מחשובי תושבי הקריה
ווען רבי וואלף האט צוגעזאגט אויסצוהאלטן אלע מלמדים אויף א גאמץ יאהר אויב דער רבי וועט קומען פראווען א שבת אין קרית יואל
און דער רבי ופמליתו האבן אנגענומען דעם איינלאדענונג
און מען גרייט זיך מיט א דערהויבענעם געמיט
מען האפט אז סזאל נישט זיין קיין טויש אין די לעצטע מינוט וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2005 03:12 |
|
| |
YOU ROTTEN RAT
TAKE OUT THE N OF YOUR ROTTN NAME KNACKER
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2005 13:57 |
|
| |
מודעה פון געזעגענען אין א נייעם אשכול
אין צייט וואס איך האב שוין נעכטן געבראכן די נייעס
6:13 9/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
עס איז איצט באקאנט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אי"ה דעם שבת יא זיין אין קרית יואל, טראץ אלע שטערונגען פון כ"ק חורינער - דער זשיגאן-חזן - און זיינע ארומיגע.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען די ראשי תו"א האבן גערופן בעטן רשות, וועלנדיג זיין ארענטליך. אבער לישע הורוויץ האט געענטפערט ניין. איר האט זיך צוגעשטעלט צו די שונאים קענט איר נישט קומען.
עס האט במשך די לעצטע טעג געהייסן אז דער רבי וועט טאקע נישט קומען אויף שבת נאר אויף עטליכע טעג אינדערוואכן.
היינט ביינאכט איז געפאלן די החלטה אז מען קומט יא אויף שבת.
מעןגייט אויפשטעלן א ריזיגן טענט נעבן ביהמ"ד תו"א, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן די געהויבענע תפילות און טישן, צו וועלכן עס ווערן ערווארטעט א שטראם פון הונדערטער אידן תושבי ק"י.
דער רבי וועט האבן די אכסני' אום שבת ביי הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג נ"י, און אינדערוואכן ביי הרבני הנגיד החסיד ר' מענדל שוויממער הי"ו ראה"ק דקהל ויואל משה ומנהל מוסדות ויוא"מ.
אויך וועט זונטאג נאכמיטאג פארקומען א הכנסת ס"ת צום תו"א ביהמ"ד, און דערנאך וועט פארקומען א סעודה של מצוה אינאיינעם מיט'ן דינער פאר די מוסדות אין שאפינג סענטער.
פאלגט נאך מער פרטים.
ישמח לב מבקשי השם1
געזעגענען
6:26 9/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
לויט די הערליכע מעשה דא...
קוקט אויס אז די שאפינג סענטער האט ער אויך גענומען אן רשות!
אדער געהערט עס גאר פאר מעיאר מענדל שווימער...
באראש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2005 21:49 |
|
| |
אזוי ווי דער רבי האט געהעראט נעכטן אז די תשובה אויפן רשות בעטן איז געוועןנעגעטיוו
האט דער רבי געזאגט אז ער קומט יא אויף שבת לחזק דעת הציבור מבקשי השם אין די הייליגע קריה
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2005 05:14 |
|
| |
עס איז נישט אמת
אדרבה ער האט באקומען רשות צו קומען
פון אלע אפישילס און אן אופישעלס
זאל ער קומען און סוועט זיין א כבוד זיין קומען
און ישמח לב מבקשי השם
נאר אזוי פול דער רבי גייט נישט זאגן קיין שום דרשות ביי קיין שום צד נישט
נאר ביי זיך אין בית המדרש
און ביי די מסיבות
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 11:58 |
|
| |
נאריש צו זאגען אז די אהרונים האבען א אפיציעלער פראבלעם מיט תולדות אהרן.
בכל זאת איז תולדות אהרן א ריזיגע קהלה אין עס איז נישט דא קיין סיבות דערוף.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 20:15 |
|
| |
ער האט באקומען רשות פון כבוד קדושת מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.
איר ליינט גוט.
דער תו"א רבי שליט"א האט אנגעפרעגט א דעת תורה פון ירושלימ'ער רב שליט"א און ער האט אים געענטפערט נאך א ישוב הדעת פון א טאג צייט, אז ווילאנג ער גייט נישט צום ווייסן שוהל וואו חזן-זשיגאן איז רב דארף ער נישט בעטן קיין רשות.
איר געדענקט נאך ווען די אהרונים האבן טריאומפירט מיט'ן ירושלימ'ער רב אלס זייערס???
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 21:10 |
|
| |
א איטרעסאנטע זאך דער גרויסער רבי דארף פרעגן רשות צו ער קען קומען אויף שבת
צענליגער רביס קומען אויף שבת און קיינער פרעגט נישט
כאילו מען דארף ביי איינעם פרעגן צו מען קען קומען
במילא געזעגענען ווען דו קענסט נישט שלאפן ביינאכט און זוכסט ווי אזוי צו מאכן דיין שנאת המן וואס קומט נישט מאהבת מרדכי
לאז ארויס דעם רבין מיט ר' טובי פון דעם פארשטינקענעם שפיל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2005 04:50 |
|
| |
צהלי ורוני יושבת קרית יואל!
דער שבת אין קרית יואל איז געווען א קידוש שם שמים, קרית יואל האט זיך דערלעבט א זכי' אז הונדערטער אידן זענען זיך צוזאמענגעקומען מיטצוהאלטן בצוותא חדא צוזאמען מיט דעם גאון וצדיק הכהן הגדול מאחיו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
דער שבת איז אריבער העכער אלע ערוואטונגען, סיי די תפילות סיי די טישן פון פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, ווער רעדט נאך די גרויסע סכומים וואס זענען צוגעזאגט געווארן שבת צופרי ביי קריאת התורה, אלעס איז געווען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.
אשריך קרית יואל! אשריך תולדות אהרן!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2005 18:29 |
|
| |
selish
נישט קיין אנדערער ווי כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט געוויזן פאריגעס יאר ביי זיין גרויסארטיגן באזוך אין קרית יואל, אז מען קען גיין איבעראל אין קרית יואל.
דער גאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט דערמיט אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אוועקגענומען דעם בעלות פון כ"ק חורינער - חזן-זשיגאן - אויף קרית יואל, און אויסער זיין בעלות אין ווייסן שוהל און ביי זיך אינדערהיים קען ער אין ערגעץ נישט איינטיילן וואס צו טאן.
דער גאב"ד שליט"א האט אנערקענט אז אין קרית יואל איז דא א ריזיגער ציבור וואס איז בכלל נישט אונטערגעווארפן חזן-זשיגאן און די אלע זענען אידן יראים ושלימים וועמען מען קען נישט איגנארירן.
דער פאקט אז דער גאב"ד איז געגאנגען צו בית המדרש הגדול דקהל ויואל משה ד'סאטמאר אין קרית יואל וואו ער האט געהאלטן א דרשה, טראץ דעם שווערן דרוק וואס חזן-זשיגאן האט ארויפגעלייגט אויף אים אין יענעם טאג דורך פערזענליכע שלוחים און דורך שיקן זיינע טעראריסטן אים צו דראען אונטער'ן פענסטער, איז דער גאב"ד געגאנגען צו ווייזן אז דער רבי שליט"א איז דער מרא דאתרא אין קרית יואל און וויבאלד דער רבי האט געגעבן רשות צו עפענען א קהילה און מוסדות פאר אנ"ש ההולכים בתורת רביה"ק זי"ע און געגעבן רשות פאר בנו יקירו הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל, האט דאס א תוקף און מען דארף זיך נישט רעכענמען מיט חזן-זשיגאן'ס קעגנערשאפט.
תוקן על ידי - געזעגענען - 13/02/2005 18:32:46
 |
|
|
|
|
|